top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ככלות השלשים להסתלקותו פון האד' מליזענסק זצ"ל וועט פארקומען עצרת הספד והתעוררות אין מאנסי, וו"ב

פרשת בהעלותך תשפ"ב


צו די יום השלשים פון די פטירה פון כ''ק האדמו"ר מליזענסק זצ"ל ווערט ארגאניזירט א גרויסארטיגער עצרת הספד והתעוררות, וואו די פילע תלמידים וחסידים וועלן זיך צונויפקומען תחת קורת גג אחד צו באוויינען די גרויסע אבידה און האבן די געלעגנהייט לעסוק כראוי בהספדו של אותו צדיק, וואס איז ליידער נישט געווען קיין געלעגנהייט אים אפצוגעבן דעם כבוד האחרון ווי עס דארף צו זיין וויבאלד די לוי' איז פארגעקומען אין איילעניש ביום הפטירה אין ארץ ישראל ווי שוין באריכטעט.

דער עצרת הספד וועט אי"ה פארקומען די קומענדיגע וואך זונטאג - און אזוי אויך דאנערשטאג אווענט פ' שלח אין די זאלן פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג, בשעה 8:30, וואו חשוב'ע רבנים שליט"א און גדולי התלמידים וועלן משמיע זיין דברי קינה והספד אויף די גרויסע אבידה וואס האט אונז באטראפן, און דערביי וועט מען זיך מחזק זיין במשנתו הטהורה און מנציח זיין זכרו הבהיר, ויה"ר אז כ''ק מרן רבינו הגה''ק זצוק"ל זאל זיין א מליץ יושר משמי מרומים פאר אונז אלע זיינע תלמידים וחסידים און פאר גאנץ כלל ישראל.





Comentarios


bottom of page