מוצש"ק פ' בא ו' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה אז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א גרייט זיך אונטערמונעמען א קורצן מסע הקודש צום עיר האבות סיגוט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק בעל קדושת יו"ט זי"ע און צו פראווען דעם קומענדיגן שבת משפטים - שקלים שבת פאר די יארצייט אין שטאט סיגוט אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון די מוסדות הק' אין ארה"ק און אייראפע.
די תלמידי הישיבות זענען אין די יעצטיגע טעג העפטיג פארנומען צו מאכן די ריכטיגע הכנה דרבה צום שבת ווען אין אלע ישיבות קומען פאר סדרי הלימוד ברציפות אלס הכנה צום גרויסן שבת די בחורים זענען ערווארטעט ארויסצופארן דעם קומענדיגן דאנערשטאג משפטים, עס איז אפגעדונגען געווארן א ספעציעלן טשארטער פליגער פאר די בחורים אז זיי זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו די שווערע נסיונות פון שמירת עיניים במשך דעם לאנגן וועג.
אין שטאט סיגוט זענען אפגעדונגען געווארן אלע האטעלן כדי צו קענען פלאצירן די אלע הונדערטער בחורים אויפן בעסטן פארנעם. אלע תפילות און עריכת השולחנות במשך דעם געהויבענעם שבת וועלן געפראוועט ווערן אינעם הערליך אהערגעשטעלטן שול הויף אין סיגוט.
זונטאג במשך דעם טאג איז ערווארטעט אז נאך פילע חסידים פון איבער די וועלט וועלן אנקומען אין שטאט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יארצייט פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע ספעציעל ווען היי יאר וועט מען האבן די זכי' אז נכדו כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א וועט וויילן אין שטאט און פראווענען דארט די גרויסע הילולא.
זונטאג נאכט בליל ההילולא קדישא וועט דער רבי שליט''א מעריך זיין שולחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא בהיכל ביהמ"ד "עצי התמרים" אינעם שול הויף וואו די צדיקי התמרים האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה.
מאנטאג פארטאגס ביומא דהילולא קדישא וועט דער רבי ארויפגיין פוקד זיין דעם ציון הקדוש בימוא דהילולא אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור וואו מען וועט זאגן תהילים און איינרייסן פאר ישועות און רפואות למען הכלל והפרט.
נאכן ארויפגיין צום ציון וועט דער רבי שליט"א דאווענען שחרית און דערנאך פראווענען א מסיבת לחיים בהיכל ביהמ"ד עצי התמרים און נאכמיטאג וועט פארקומען דער מעמד אבן הפינה פאר די נייע הכנסת אורחים געביידע וואס ווערט אויפגעבויט הארט נעבן דעם ביהמ"ד עצי התמרים, דער מעמד וועט פארקומען אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לכבוד דעם פריידיגן אנטוויקלונג.
Comments