top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומדהל"ק פון הגה"ק בעל 'קדושת יו"ט' זי''ע בצל נכדו האד' מסאטמאר בעיר האבות סיגעט

דינסטאג פ' תרומה ל' שבט תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטן מאנטיג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא פון הגה"ק בעל 'קדושת יו"ט' זי"ע איז נכדו כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א באשמורת הבוקר ארויסגעגאנגן צופיס צום ציון הק', מיט א גרויסן ציבור פרישע געסט וועלכע זענען געקומען שוין נאך שבת צו די הילולא קדישא.


ביים אנקומעם אין ביה''ח האט דער רבי געזאגט די ברכה, און דערנאך אריין אין אוהל הק' און געצינדן ליכט מיט א נר נשמה ביים ציון הקדושת יו''ט, און דערנאך ביים ייטב לב און עצי חיים, און אויך ביי הגה''ק רבי משה יוסף אוהעל'ער, זכותם יגן עלינו.


דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם קדושת יו''ט און אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי מיט בכיות נוראות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען אנגעהויבן די תהילים ספר רביעי, דער רבי האט אויסגעלאזט די קאפיטלעך און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שטורעמישע בכיות עד שמי רום, דער רבי האט געזאגט קדיש און געלערנט משניות און געזאגט דערנאך קדיש דרבנן.


דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלעך, בשעת מען האט געזונגן בהתעוררות רב מערערע ניגונים מבית מדרשו פון די סיגוטער צדיקים


א לענגערע צייט האט די רבי געליינט די קוויטלעך פון די 4000 תלמידי הישיבות, הקטנים עם הגדולים, עפ"י הוראת הקודש פומעם רבין מזכיר צו זיין אלע תלמידים פון אמעריקא על ציון הק' ביומא דהילולא קדישא.


איידער דער רבי האט זיך משתטח געווען האט דער רבי ארויף געלייגט אלע זעק מיט קוויטלך וואס מען האט מיטגעברענגט פון די תלמידי הישיבות, און דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען א לענגערע צייט, מיט גרויסע בכיות, און דערנאך צוגעגאנגן צום יטב לב און עצי חיים


בערך אום 8.45 איז דער רבי ארויס האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל


ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד בבנין עצי התמרים, און יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא.


נאכן דאווענען איז די רבי שליט''א אריין בחדרו הפרטי און געלייגט ר"ת תפילין, דערווייל איז אהנגערייט געווארן דאס ביהמ"ד צום 'מעמד לחיים וחגיגת הנחת אבן הפינה' פארן מרכז גדול ומפואר 'בנין הכנסת אורחים' אויפן שטח פונעם שוהל הויף.


די רבי איז ערשינען צום מעמד און דערציילט עובדות מגדולתו וקדושתו פונעם בעל ההילולא, און דערנאך ארומגערעדט מעניני המאורע פונעם בנין הכנסת אורחים וואס וועט געבויעט ווערן בעז"ה.


דערנאך האט די רבי ארויפגעלייגט ציגל פונעם ארגינעלן בנין וואס איז דארט געשטאנען, דער רבי האט געגאסן די צעמענט און געלייגט דעם אבן הפינה, און צוגעלייגט עטליכע מטבעות פון אביו הרה''ק בעל ברך משה זצ''ל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים בגלל אבות, אהבת עולם אין נאכו מעמד איז סערווירט געווארן א ברייטן פרישטאג פארן ציבור, ווי אויך צידה לדרך מיטצונעמען אינטערוועגנס.


אום 12 אזייגער זענען אלע באסעס געפארן צום עירפארט אין די שטאט באניע, דערווייל איז דער רבי ארויס אויף א שפאציר איבער די גאסן פון סיגוט און אויסגעשמועסט פארשידענע פאסירונגן וואס ער האט מקבל געווען מאביו דער ברך משה, און צוגעצייגט יעדע זאך וואס און ווי עס האט פאסירט.


מיטאג צייט האט דער רבי פארלאזט דעם עיר האבות סיגוט, און אום 2:30 אהנגעקומען קיין באניע, ווי דער ספעציעלער טשארטער פליגער האט זיך געהויבן אום 3:15 קיין ווארשע, און פון דארט איז מען תיכף אריבער צו א פליגער קיין ניו יארק וואס האט זיך געהויבן 5 אזייגער


אויפן פליגער תיכף נאכ'ן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה און יורד געווען לפני התיבה לרגל ההילולא קדישא און געזאגט די קדשים.


דערנאך האט דער רבי פארברענגט א לענגערע צייט אויפן פליגער מיט די געציילטע נדיבים וועלכע האבן פינאנצירט דעם געהויבענעם שב"ק ישיבה של מעלה, דער רבי האט דערציילט היסטארישע קאפיטל'ן און מערערע סיפורי קודש ותהליכות פון די אמאליגע יארן מימי נעוריו בצל הקודש פון אביו הגדול דער רבי דער ברך משה זצ''ל.


אויפדערנאכט האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדעט אינעם JFK עירפארט, און ארום 10 אזייגער איז די רבי אהנגעקומען לביתו נאוה קודש און איז אפגעווארט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא, מען האט געזינגען ברוך הבא און אריבער שלום נעמען.
















Comments


bottom of page