מיטוואך פ' תזריע מצורע - כ"ח ניסן תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
וחברת את שתי הישיבות והיה המשכן אחד
חסידי תולדות אהרן האלטן מיט מיט פרייד די געוואלדיגע פארשריט און כח התורה וואס מ'זעהט ביי די תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי תולדות אהרן, נאכפאלגענדיג די הצלחה למען המשוער מיטן אריבערפירן די ישיבה גדולה פון ירושלים צום שטאט אלעד, וואס האט אריינגעברענגט פרישע חיזוק צווישן די תלמידי הישיבה זייענדיג ווייט אוועק פון די רוישיגע גאסן, אפגעזונדערט אין א ווינקל בלויז מיט תורה און יראת שמים.
שטייענדיג געציילטע טעג איידער די אנהייב פון די נייע זוממער זמן, האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געלאזט הערן חוות דעת קדשו, אז אויך די ישיבה גדולה וואס איז סטאנציאנירט אין שטאט בית שמש, זאל זיך אויך אריבערציען קיין אלעד אינאיינעם מיט די צענטראלע ישיבה, והיה המשכן אחד ווען ביידע ישיבות וועלן צוזאמען קענען שטייגן אויסער די שטאט בדרכי היראה וחסידות.
אין די יעצטיגע טעג איז פארגעקומען א ספעציעלע אסיפה פאר אלע הורי התלמידים, די עלטערן פון תלמידי הישיבה אין בית שמש, וואו מ'האט אויסגעשמועסט אלע פרטים אנבאלאנגט די נייע לאקאל פון די ישיבה, אזוי אויך איז פארגעקומען א מעמד הכנה פאר די תלמידי הישיבה, זיך גרייטענדיג צו אנהייבן דעם זמן פון פריש אינעם נייעם לאקאל, כאוות נפשו הטהורה פון מורם ומדריכם כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
Comments