top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מלויצק קומט צו פארן קיין ניו יארק אויף באזוך פון צוויי וואכן בקרב חסידיו

מיטוואך פ' תזריע מצורע - כ"ח ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א וועט מארגן דאנערשטיג אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק, ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגער צוויי וואכן לטובת מוסדותיו הקדושים אין ארץ ישראל. די רבי קומט צו פארן לרגל די הילולא פונעם פעטער הרה''ק רבי יעקב חיים מדעטרויט זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אויס די קומענדיגער וואך. דער וואך שבת וועט די רבי צום ערשטן פראווען אין דער שטאט פעססעיק ניו דזערזי, אויף א שבת התאחדות מיט קהל חסידיו אין אמעריקא.


דורכאויס די קומענדער וואך פ' אחרי קדושים וועט די רבי וויילן אין לעיקוואד בבית האכסניא ביי הנגיד ר' צבי פעלדהיים, אין דאנערשטיג ביומא דהילולא וועט די רבי אפפליען קיין דעטרויט אין דארט פראווען די הילולא - ארויפגיין צום ציון הק' אין דערנאך אפרעכטן די סעודת הילולא אינאיינעם מיט א גראפע חסידים, אויף שבת וועט זיך די רבי צוריק קערן קיין ניו יארק.

Comments


bottom of page