ס'ווערט געמאלדן אז אין א היסטארישע שריט וועט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויפטרעטן מיט 'דרשת פתיחת הזמן' פאר די בחורים דורכ'ן טעלעפאן. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס נעכטן האט הרה"ג ר' סנדר אויסטערליץ שליט"א איבערגעגעבן דרשת פתיחת הזמן אויפן טעלעפאן און היינט דינסטאג האבן זיך אנגעהויבן די סדרי הישיבה אין שיכון סקווירא ווי געווענליך נאר אויפן טעלעפאן. די מגידי שיעורים געבן איבער די שיעורים אויף 'לייו-קאנפארענס' און די בחורים לערנען בחברותא אויפן טעלעפאן. פון די הנהלת הישיבה איז געמאלדן געווארן אז די אלע בחורים וואס וועלן מיטהאלטן די סדרי הלימודים אויפן טעלעפאן פון היינט ביז ראש חודש תמוז וועלן האבן די זכיה צו ערהאלטן א 'סליחות' מידי קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איידער די קומענדיגע ימים נוראים תשפ"א הבעלל"ט.
top of page
bottom of page
Comments