דינסטאג פ' אחרי קדושים - ד' אייר תשפ"ג
אויך דאס יאר ל''ג בעומר וועט ווי שוין באריכטעט דער באיאן'ער הדלקה זיין דער איינציגער הדלקה ביים ציון הק' אין מירון. אין א באגריסענדע שריט איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש באיאן אז צוליב די באגרעניצטע צאל מענטשן וואס וועלן זיך קענען געפינען אויף אמאל אויפן בארג, אין כדי נישט צו זיין קיין חב לאחריני וועט כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א דאס יאהר נישט פראווען דעם טיש ל''ג בעומר אין מירון, אנשטאט וועט דער טיש פארקומען צומארגנס ביום ל''ג בעומר אינעם גרויסן קלויז אין ירושלים כדי צו מאכן פלאץ פאר פרישע מתפללים צו קענען צוקומען צום ציון בליל ל''ג בעומר.
Commenti