זונטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - פארלאפענעם ליל שישי האבן הונדערטער תושבי וויליאמסבורג באגלייט למנוחת עולמים הרבנית הצדיקת מרת רעכיל בריינדל טייטלבוים ע"ה, אשת הגה''צ רבי ליפא טייטלבוים שליט''א אב''ד בית אהרן, דער רעבעצען איז קריטיש פארוואונדעט געווארן אין דעם שרעקליכן פייער פאריגע וואך אויף פען סטריט אין דאנערשטיג נאכמיטאג האָט זי צוריקגעגעבן נשמתה ליוצרה אין עלטער פון 71 יאר לדאבון לב כל משפחתה ומכירה וכל בית ישראל. די גרויסע לויה איז ארויס פארנט פון בית המדרש בית אהרן אויף וואלאבאוט אין וויליאמסבורג ווען בראש המלווים האט זיך אנגעזעהן כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א מהרי''י א מחותן פונעם נפטר וועלכע איז אנגעקומען צום לוי' מיט בגדי חול כאטש וואס די רבי האלט אין די שבעת ימי המשתה און מספיד געווען בקול בוכים. עס איז נישט געווען קיין טריקן אויג בשעת די הארץ רייסענדע הספדים וואס זענען געהערט געווארן פון די מספידים ווי פאלגענד: איר מאן הגה''צ אב''ד בית אהרן, דער שוואגער כ''ק האד' מבית חיים יהושע שליט''א, ברידער כ''ק האד' מקיוויאשד אין כ''ק האד' מבארניב שליט''א, די איידימער הרה''ג ר' שמעון ישראל מייזליש בן הגה''צ אב''ד שאפראן זכר צדיק לברכה, הרה''ג רבי שלמה פרידמאן זוהן פון כ''ק ראב''ד סאטמאר זכר צדיק לברכה, הרה''ג רבי לייביש טייטלבוים זוהן פון הגה''צ אב''ד נעפלמיץ שליט''א, הרה''צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב''ד סיגעט בן כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א מהר''א, אין דער צוויי זוהן הרה''צ רבי אלעזר טייטלבוים איידעם ביי כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א מהרי''י, אין הרה''צ ר' יואל טייטלבוים רב ביהמ''ד תפארת מרדכי אין וויליאסמבורג
נאך די הספדים האט מען באגלייט די לוי' אויפן וועג קיין קרית יואל, ווי דער רעבעצען איז געקומען לקבורה אויפן אלטן בית החיים דקהל יטב לב, אויפן פעלד האבן מפסיד געוועהן די קינדער הרה''צ ר' הערש מיילך טייטלבוים אב''ד תפילה למשה, הרה''צ רבי לייביש טייטלבוים, אין הרה''צ רבי אהרן טייטלבוים אין די איידימער הרה''צ רבי יוחנן האלברשטאם בן האד' מבארניב אין הרה''צ רבי יעקב יוסף ווייס בן הגה''צ דומ''ץ ספינקא
Comentários