מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - חסידי בעלזא די בכל אתר ואתר האבן מיט דערלייכטערונג ערהאלטן די פאזיטיווע נייעס איבער די מצב הבריאות פון כ''ק האד' מבעלזא שליט''א וואס האט די לעצטע תקופה אויפגעברענגט זארג ביי די חסידים, נעכטן זינטיג איז דער רב אריינגעפארן צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים אין נאך פארשידענע אונטערזיכונגען אין טעסטס האבן די פראפעסארן פעסט געשטעלט אז דער רב האט מיט עטליכע וואכן צוריק ווארשיינדלעך געליטן פון א לייכטע סטראוק וואס האט שטארק אפגעשוואכט דעם רב אין האט עפעקטירט דאס באוועגן, אין א מודעה וואס איז היינט געווארן איבערגעגעבן דורך הרב משה רינגל מזכיר אינעם רב'ס שטוב האט ער קלארגעשטעלט אז אויסער דעם האבן די דאקטוירים נישט געטראפן קיין שום ערנסטע פראבלעם אינעם רב'ס געזינט צושטאנד, אין מזאל ווייטער איניזענען האבן די רב מיטן האפענונג אז דער רב וועט ווי אמשנעלסטן צוריק קומען צו די כוחות ובריאות השלימות און ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.
Comments