דאנערשטאג פ' במדבר - כ"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות
אן אינטערסאנטע געשיכטע ווערט אין די טעג פארשפרייט ווען דער בעלזער קהילה אין אנטווערפן האט באופן פלא געווינען א פארצווייגטע געריכט פראצעדור בברכתו פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א.
מיט צוויי יאר צוריק האט די בעלזא קהלה אין אנטוועפרן אפגעקויפט א גיגאנטישן בנין פאר די אינגעלייט שטיבל 'בית אהרן', זינט דאן טוט א דערנעבענדיגער גוי'אישע שכן רודפ'ן די עסקנים און האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אפצושטעלן די בוי ארבעט ביים ביהמ''ד, ער האט אריינגעלייגט שווערע צענדליגע טויזענטע יורו צו דינגען די בעסטע אדוואקאטן מיט א שטארקע שאנס מצליח צו זיין אין געריכט קעגן דעם ביהמ"ד וואס וואלט ווי פארשטענדליך געקענט אנמאכן שווערע געלט שאדנס פאר די ארטיגע בעלזא קהלה.
די עסקנים האבן כסדר מזכיר געוועהן בקודש פנימה ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א וועלכע האט ווארעם אנגעוואונטשן אז דער גוי זאל נישט קענען קיין שלעכטס טוהן.
נעכטן מיטוואך האט געזאלט פארקומען די לעצטע געריכט סעסיע און דער ריכטער האט געדארפט ארויסגעבן זיין ענדגילטיגער פסק בנוגע דעם סיכסוך, די חסידים האבן זיך צוזאמגענימען אויף אן עצרת תפילה אין די עסקנים האבן זיך געוואונדן צו הרה''צ רבי חיים מאיר רוקח אייניקל פונעם רב וועלכע האט זיך פונקט געפינען אין אנטווערפען ער זאל ווידער מזכיר זיין ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכע האט זיך אויסגעדריקט אז מען דארף זיך נישט זארגען און די רשעים וועלן האבן א מפלה. למעשה ווען עס איז געקומען די לעצטע הירינג איז דער גויאישע שכן צו אלעמענס וואונדער נישט ערשינען אין געריכט און דער ריכטער האט נישט געוואלט אננעמען זיינע טענות געבענדיג זיין פסק לטובת די בעלזא קהלה, ויהי לפלא.
Comments