פרייטאג פ' תולדות • ד' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
הנה ימים באים
בשמחה והתרגשות גרייטן זיך חסידי וויזניץ וויליאמסבורג צו די געהויבענע ימי השמחה, די היסטארישע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג גרייט זיך אונטערצונעמען קיין ארץ הקודש לפאר ולרומם על ראש שמחתו, אין באגלייטונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן זיך קומען מיפרייען מיטן שמחה במעון הקודש פונעם רבי'ן, און מיטהאלטן די געהויבענע טעג מיטן רבי'ן אונטערוועגנס.
דער רבי שליט"א נעמט אונטער די מסע הקודש לכבוד די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה, בת לחתנו הגה"צ ר' לייבוש טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל שניאורסאהן שליט"א, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין, און איידעם ביי הגה"צ נשיא ישיבת טשעבין. די גרויסע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק במעמד אלפי ישראל, די מעמד קבלת פנים און חופה אין טשערנאבילער בית המדרש, און די שמחת החתונה און די ריקודין אין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא.
שבת פאר די חתונה שבת פרשת ויצא, וועט דער רבי ווי באריכטעט וויילן אין קרית ויזניץ בני ברק, במחיצת הקודש פון שאר בשרו מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ביידע רבי'ס וועלן פראווענען אינאיינעם די תפילות און טישן, און א ריזן ציבור פון געסט זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די היסטארישע שבת. דאנערשטאג נאכט וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן אין היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית ויזניץ בני ברק, וואו דער רבי וועט משמיע זיין דברות קדשו לכבוד העם הנאספים.
דעם מוצאי שב"ק פרשת תולדות וועט פארקומען א גרויסע מלוה מלכה און מסיבת פרידה בשילוב מיט די שמחת הפארשפיל לקראת די גרויסע שמחה, עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין וויליאמסבורג. דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת ויצא, וועט דער רבי ארויספארן ממעון קדשו אין וויליאמסבורג אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה מקורבים ומשמשים בקודש, און דאנערשטאג צופרי לאנדן בשערי ארץ הקודש.
דאנערשטאג אינדערפרי ביים אנקומען קיין ארץ ישראל וועט דער רבי דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד אהבת שלום דחסידי וויזניץ אויף רחוב מלצר, די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אהרן אלי' פעלדמאן אין קרית ויזניץ בני ברק.
מוצאי שב"ק וועט דער רבי ארויספארן קיין ירושלים עיה"ק אויף א תפילת רבים ביים כותל המערבי, זונטאג אינדערפרי וועט מען ארויספארן קיין גליל, וואו עס וועט פארקומען א תפילת רבים ביים ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, שפעטער ביינאכט וועט פארקומען די חתן מאהל אין טשערנאבילער בית המדרש אין בני ברק.
מאנטאג וישלח יום החופה וועט דער רבי דאווענען אין ביהמ"ד וויזניץ אויף רחוב מלצר, און דערנאך ארויפגיין בראש קהל חסידיו פוקד זיין דעם ציון הק' פון די זיידעס אדמור"י בית וויזניץ אין בני ברק, שפעטער ביינאכט וועט פארקומען די שמחת החתונה אין בני ברק ווי באריכטעט.
דאנערשטאג וישלח אויפדערנאכט וועט פארקומען די צענטראלע שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בית שמש, און שב"ק וועט דער רבי מיטהאלטן די שבת של שמחה שבת שבע ברכות בחצר הקודש טשערנאביל אין בני ברק.
Comments