top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה ביי לעצט מינוטיגע הדלקה דורך האד' מתולדות אברהם יצחק אין מירון

מיטוואך פ' בהר בחקתי - י"ט אייר תשפ"ג

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


מיט א אומבאשרייבליכע התרגשות האבן טויזענטער אידן און חסידי תולדות אברהם יצחק בפרט געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די היסטארישע הדלקה אין אתרא קדישא מירון בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער איז געפראוועט געווארן אויף אן ערשטמאליגע פארנעם אין א פריוואטע חצר, אן קיין שום קשר צו די ציונים און משטרה והמסתעף.


די פרייליכע בשורה איבער די היסטארישע הדלקה איז געמאלדן געווארן שפעט ביינאכט ל"ג בעומר, נאך וואס עס איז אויסגעארבעט געווארן דורך די חשובע עסקנים א פריוואטע שטח מיט גענוג פלאץ וואו צו קענען פראווענען הדלקה. א ציבור עצום פון טויזענטער אידן האבן זיך באטייליגט ביים מעמד, טראץ וואס מ'האט זיך ממש נישט גערעכנט דערויף, און די התעוררות ביים ציבור האט מען געקענט טאפן אין די לופטן.


נעכטן נאכט האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א געפראוועט א גרויסארטיגע מעמד הדלקה נעבן ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, ווי א ריזן ציבור האט זיך באטייליגט און מיטגעהאלטן די ניגוני התעוררות און לעבעדיגע ריקודין פאר לאנגע שעה'ן נאכאנאנד. די מעמד הדלקה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאך מעריב אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם הדרת מלך, א לענגערע צייט האט דער רבי אפגעשוירן די חאלאקע יונגעלעך, אריינגערעכנט א גרויסע צאל אייניקלעך און אור אייניקלעך פונעם רבי'ן. דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה בשלהבת אש קודש, און געטאנצן מיט העכערע כוחות א לאנגע צייט.


די זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך א קבוצה נגידים בארץ ובגולה, וועלכע האבן געהאט די זכיה צו מקבל זיין מידי קדשו פון רבי'ן א קריגל אויל און עס אריינגיסן אין די הדלקה.


נאך עטליכע שעה ריקודי קודש בעוז ותעצומות, איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה כיד המלך אין ביהמ"ד הגדול, כל מיני מטעמים פיש און פלייש כראוי וכיאות לכבוד התנא האלקי.


היינט צופרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול און פארגעזינגען תתברך אויפן יום טוב'דיגע נוסח. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן שולחנו הטהור לכבוד היום, און אויפגעטרעטן מיט פלאם פייערדיגע ווערטער בגודל קדושת היום.


אין די נאכמיטאג שעה'ן האבן זיך ארויסגעלאזט צענדליגע באסעס פון אלע שטעט אנגעפילט מיט תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק קיין אתרא קדישא מירון. ארום פיר אזייגער איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין מירון און דארט געדאווענט מנחה.


לעת ערב איז דער רבי ערשינען צום מעמד הדלקה, און געצינדן די מדורה מיט גרויס התרגשות, ווען די גאנצע ציבור הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע מיט אומבאשרייבליכע שמחה'דיגע געפילן.


ארום אכט אזייגער האט מען געענדיגט די מעמד, און דער רבי האט אנגעוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים.


דאס קומט נאך די היסטארישע הכרזה וואס איז אויסגערופן געווארן ל"ג בעומר ביינאכט אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק, בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אז וויבאלד די היי יעריגע הילולא אין אתרא קדישא מירון ווערט געפירט בקדושה ובטהרה דורך היימישע עסקנים, זאל מען זעהן צו מכבד זיין און אויספאלגן די הוראות און צוהעלפן צו היטן די קדושת המקום.


תיכף ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, נאך די ערשטע קדיש פון מעריב פאר ברכו, האט דער רבי געהייסן דעם משמש בקודש הרב ר' דוד ראטה אויסצורופן אין זיין נאמען די דאזיגע ווערטער, אז אזוי ווי היי יאר איז געווארן איינגעפירט א נייע סדר אין מירון, און עס ווערט געפירט בקדושה ובטהרה דורך היימישע עסקנים, זאל מען זעהן צו מכבד זיין די הוראות, זיך צושטעלן צום סדר און היטן אויף די קדושת המקום, זיך נישט שלאגן, און זיך אויפפירן ווי עס פאסט.












































bottom of page