זונטאג פ' בהר בחקתי - ט"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות
קרעדיט סאטמאר'ע נייעס
א געוואַלדיגער התרגשות האט ארומגענימען תלמידי וחסידי סאַטמאַר, וועלכע האבן מיטגעלעבט פרייליכע מאמענטן ביי די גרויסאַרטיגע שמחת הבר מצוה אינעם סאטמארער הויף, דער בר מצוה פון ערשטן אור-אייניקל פון רבי'ן שליט"א הב' בן הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א מו''ץ בק''ק סאטמאר אין וויליאמסבורג חתן הגה"צ אבד''ק סאטמאר וומסב"ג שליט"א, חתן הגה"צ גאב''ד סאטמאר ב''פ שליט"א וואָס וואס איז אָפגעראָכטן געווארן פארגאנגענעם ליל שישי אול"י פסח שני בהיכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאַר אין וויליאַמסבורג.
ארום 9:30 איז די רבי שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הבר מצוה אין זיך געוואשן צו די סעודה די רבי האט געוואונטשן לחיים פארן בר מצוה בחור, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, במשך די סעודה האט מען געזינגען ערערע ניגוני שמחה בשבח והודי', און אויך מניגוני פסח.
דער בר מצוה בחור האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, און דער זיידע הרה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב האט געזאגט דעם קדיש דרבנן. עס האבן אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע הגה"צ גאב''ד סאטמאר ב''פ שליט"א די זיידעס הגה"צ מבארדיוב שליט"א, און הגה"צ אבד''ק אב''ד סאטמאר וומסב''ג שליט"א, און דער אבי הבר מצוה הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א. נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל, דערנאך האבן די תלמידי כיתה ט' פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
די רבי האט משמיע געווען דב"ק, קודם א הערליכן דרוש לכבוד פסח שני, און דערנאך געזאגט דברי אגדה לכבוד הבר מצוה, און דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו 'שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה' אז הקב"ה האט געגעבן די זכיה אז מען קען זיך באטייליגן ביי א בר מצוה פון א דור רביעי, און נאכגעזאגט פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א אז 'כל שרואין זה בזה בדברי תורה' אז דריי דורות לערנען תורה צוזאמען דעמאלטס איז מען זוכה צו די ברכה פון 'לא ימישו מפיך ומפי זרעך ומפרי זרע זרעך מאתה ועד עולם', און דאס גיבט די כוחות זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע, מיט רירענדע הרגישים האט דער רבי דערמאנט די דב"ק וואס אביו הרה''ק בעל 'ברך משה' זיע''א האט געזאגט ביי דעם רבי'נס בר מצוה מיט זעכציג יאר צוריק, אויף 'ראות פניך לא פללתי והנה הראה אותי אלקים גם את זרעך' אז 'הראה אותי' מ'זעט 'זיך' אפשפיגלען אויף די קינדער, מזעהט ווי די קינדער גייען בדרכי אבות, און ארויסגעברענגט א שיר ושבח פאר הקב"ה וואס האט געגעבן די געלעגענהייט צו דערלעבן אזא שמחה, און מסיים געווען מיט דברי הדרכה פארן בר מצוה בחור, אז צו ווערן א גדול בתורה, און דאן מצאלי געוועהן מברכת קדשו פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 11:30. און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.
צומארגנס פרייטיג צופרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אויף הופפער סט. אין וומסב''ג צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידים פון די 6 ישיבות קטנות און תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר נכדו חתן הבר מצוה אין נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, ולכבוד פסח שני, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד היום.
די רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש לכבוד די הנחת תפילין, און צום סוף גערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים בשנות הבחרות.
אין די פארמיטאג שעהן האט זיך די רבי געוואשן צו א סעודה לכבוד פסח שני בביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג, מען האט אויפגעגעבן מצות און קניידלעך ומאכלי פסח כנהוג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במנהגי פסח שני. עטליכע מינוט פאר חצות היום איז די רבי צוריק ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר''י.
Comments