top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המשפיע המפורסם הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג וועט פראווען גרויסער שבת פ' בהעלותך אמעריקא

מיטוואך פ' נשא א' - ה' סיון תשפ"ג | בחצרות הקודש


ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה


הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה תושבי ניו יארק רבתי גרייטן זיך צו מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט, פאר הדור עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, המשפיע המפורסם הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ריש חבורת נחלת יעקב, וועלכער איז ערווארטעט אנצוקומען אויף א געהויבענע באזוך אין ניו יארק תיכף נאך יום טוב שבועות, לשמחת לב אלפי תלמידיו חסידיו ומעריציו.


די פלאם פייער פון תורה און יראת שמים בקדושה ובטהרה וואס ברענט אין די הערצער פון טויזענטער אידן ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי, האט אצינד באוויזן צו גרייכן א הויכע שטאפל מיטן באשטעטיגונג פון די חשובע משפיע הגה"צ ר' צבי מאיר שליט"א, וועלכער האט אנגענומען די איינלאדענונג פון תלמידיו חסידיו ומעריציו בארצות הגולה צו קומען פראווענען א געהויבענע שבת מיט די חסידים אין אמעריקע. די געהויבענע שבת איז באשטימט געווארן אויף דעם קומענדיגן שב"ק פרשת בהעלותך, ווען הונדערטער אידן וועלן זוכה זיין זיך צו דערווארעמען לאורו הגדול, און נענטער ווערן צום באשעפער אין הימל, מיט די לאנגע שעות עבודה, תורה ותפילה.


אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, די פונקטליכע סדר פון די געהויבענע באזוך, און די דרשות און שמועסן בהיכלי הישיבות והכוללים אין אלע שטעט.


אויף דעם גרויסן שב"ק פרשת בהעלותך איז ארויסגעדינגען געווארן די ריזן מחנה בית רחל קאמפלעקס, וואס וועט זיין די אכסניא של תורה ועבודה דורכאויס שב"ק פאר הונדערטער אידן הצמאים לדבר השם. אין די יעצטיגע טעג טוען זיך הונדערטער אידן איינשרייבן צו פארזיכערן א פלאץ ביים גרויסן שבת, און קענען זיך דערהייבן נענטער און נענטער מיט א ווארעמקייט צו יעדע מצוה.

Comments


bottom of page