top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע מסיבה אין סעודת פסח שני במעון קדשו פון האד' מתולדות אברהם יצחק להחזקת הקהילה אין בני ברק

מונטאג פ' בהר בחקתי - י"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


אן עלעגאנטע ערשטמאליגע דינער איז אפגעראכטן געווארן דעם ליל שישי פסח שני במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לטובת החזקת והרחבת ביהמ"ד לתורה ולתפילה דחסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט בני ברק, וואס שטייט תחת נשיאותו והכוונתו פון כ''ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.


דער מעמד מיטן נאמען דעם רבי'נס הארץ איז אין א זעלטענע ערשיינונג פארקומען בביתו נאווה קודש פונעם רבין שליט"א וועלכע האט פערזענדליך געדינס אלס בעל האכסניא פון דעם מסיבה של מצוה, ווי עס זענען געלאדענט געווארן א צאל פון 75 יחידי סגולה בעלי בתים און נדיבים ותומכי המוסדות.


דעם רבי'נס הויז איז הערליך שיין צוגערישט געווארן צום דינער, אויף גאר א מלכותדיג'ער פארנעם, די משתתפים האבן זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה כיד המלך, ווי אויף די שיין געדעקטע טישן איז געווען צוגעגרייט פאר יעדער א ספעציעלע הגדה לפסח שני, אין די בארימטע מלכות קאפעליע האבן שיין מהנה געווען בשירה וזמרה מיט וואקאלישע מוזיק, זינגנדיג ניגוני פסח און ניגוני ל"ג בעומר.


דער מעמד איז געעפענט געווארן דורך הרה''ח ר' יוסף דייטש לאנג יעריגער גבאי נאמן ואיש אמונו פון הרה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן, ומחשובי מתפללי בית המדרש וועלכע האט געשילדערט די השתלשלות הענינים פון ווען מען האט געגרינדעט דעם ביהמ''ד ביז עס איז אויסגעשטיגן א תל תלפיות פאר חסידישער אינגעלייט מבקשי השם, אין די שטיצע אויף וואס מען איז אנגעוויזן פונעם היימישן עולם, דערנאך האט הרב משה ארי' קאהן אייניקל פונעם רבין שליט"א און מחשובי המתפללים ארויסגעברענגט מיט התרגשות די געוואלדיגע אהבה וחיבה וואס די רבי האט צו די קהילה אין בני ברק וואס עיניו ולבו שם כל הימים, וכמים פנים אל פנים.


דאן האט מען געהערט די משא המעמד פון הרה"צ ר' חיים יצחק קאפ ראש ישיבת פרמישלאן וועלכע האט ארומגערעט בגודל מעלת הצדקה והחזקת תורה, ווי די פארזאמלטע האבן האט געשלינגען מיט דורשט די דברי פי חכם חן.


נאך די דרשות האט מען געהאט די זכיה צו עטפאנגען את פני הקודש פונעם רבין שליט"א, די רבי האט מעריך געווען א מסיבת לחיים און משמיע געווען מדברות קדשו, אין ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע הרגשים צו די קהילה אין בני ברק, אינעם שטאט ווי ער אליין האט אסאך פארברעגנט אין זיינע יונגע יארן אינטער די שאטן פון רבו מובהק הרה"ק בעל 'אמרי חיים' מוויזניץ זצ"ל, די רבי האט זיך פרעזענדליך באדאקנט פאר די תורמים און תומכים און פאר אלע עסקנים און מסייעים וואס געבן זיך אוועק פאר די הצלחה פונעם בית מדרש, און די מסיים געווען בברכות קדשו לרוב.


דאן זענען די אלע פארזאמלטע וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט סכומים הגונים לטובת דער בית מדרש א דורך אל מול פני הקודש מיט די שטרי התחייבות און די רבי האט פארטיילט מתנות קודש לכל אחד כפי ערכו אריינגערעכנט חפצי קודש פונעם רבין שליט"א.

















































































Comments


bottom of page