דעם דינסטאג פרשת ויקהל איז נפטר געווארן דער אומפארגעסליכער מנהל פון די בארימטע ישיבה גדולה נועם אלימלך ליזענסק און מאנסי, און מרביץ תורה פאר איבער 50 יאר הרה"ג ר' משה ברוך ווייס ז"ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר.
רבי משה ברוך איז געווען א געווייקטער חסיד'ישער איד, א תלמיד פונעם אמרי חיים זצ"ל אין די וויזניצער ישיבה אין בני ברק. ער האט שפעטער זיך געצויגן קיין אמעריקע וואו ער האט געדינט אלס מגיד שיעור און מנהל פאר צענדליגער יארן איבערלאזנדיג א אומגעהויערן רושם אויף די הונדערטער תלמידים.
ער האט אויפגעשטעלט דורות ישרים ומבורכים בנין וחתנין רבנן און מרביצי תורה. די לויה איז ארויס פון דעם בנין הישיבה ישיבת נועם אלימלך ליזענסק אין מאנסי אויפן וועג קיין קרית יואל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Commenti