זונטאג פ' אמור - ט' אייר תשפ"ג | קול בחצרות
א העלישע פייער האט דער נאכט (מוצש"ק) אויסגעבראכן אינעם בנין ביהמ''ד הגדול ספינקא אין בארא פארק אויף די 56 גאס צווישן 14 אין 15, אין וועלכע ס'איז ליידער פארניכטעט געווארן דער אלטע ביהמ''ד אינעם בנין אין געמאכט גרויס שאדן צו די ארומע שטיבלעך וועלכע זענען געשעדיגט געווארן פונעם שריפה.
דער חדר הפרטי פון כ''ק האדמו''ר מספינקא שליט''א איז וואונדערליך געבליבן אומבארירט כאטש די ערנסטע פייער אין וואסער שאדנס נאנט צום רבי'נס ציממער.
מיט די הילף פון שומרים האט מען ב''ה באוויזן ארויסצוראטעווען אלע ספרי תורה פונעם ארון קודש און בחסדי שמים איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן אין דעם אינצידענט.
קרעדיט: Boropark-24
Comments