top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: האד' יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא אין פרעשבורג

זונטאג פ' ויקהל פקודי - י"ט אדר תשפ"ג


קול בחצרות - האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא וועלכע איז אנגעקומען אויף א בליץ באזוך אין וויען עסטרייך, איז דעם פרייטיג אין די פארמיטאג שעהן אריבערגעפארן די גרעניץ קיין סלאוואקיי אין באגלייטונג פון א שיירה חסידים, און פוקד געווען מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע אין די שטאט פרעשבורג.


ביים אנקומען האבן אפגעווארט דעם רב א ספעציעלע דעלעגאציע פון די סלאוואקישע רעגירנג אין פארלעמענט מיטגלידער, דער רב האט זיך ווארעם באגריסט מיט די פאליטיקאנטן, און זיך באדאנקט פאר די פילע פעולות פון די ארטיגע רעגירונג, צו האלטן די אידישע קולטור אין פרעשבורג, און ביים ציון הק' פונעם הייליגן חת"ס אין די אידישע בית החיים בפרט.


די רב האט מתפלל געווען ביים ציון הק' און אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים, און ביים ארויסגיין דערמאנט די יארצייט פון הגה"ק רבי שמעון סופר די קראקא'ווער רב א זון פונעם הייליגן חת"ס וואס איז אויסגעפאלן פרייטיג י"ז אדר, היינטיגן זינטיג וועט די רב פארזעצן מיט די נסיעה קיין פולין וואו ער וועט זיך טרעפן מיט א צאל פאליטישע פירער דורכצוטוהן פארשידענע ענינים העומדים על הפרק בעניני הכלל.


דינסטיג כ"א אדר וועט ער אנקומען קיין ליזענסק פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע בעצם יומא דהילולא.
















































Comments


bottom of page