top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנחת אבן הפינה אין מעמד כבוד התורה אין ישיבת 'בית נחמיה' גור בראשות האדמו''ר מגור

מאנטאג פ' ויקהל פקודי - כ' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטן זינטיג האט כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א באשיינט א גייסטרייכער מעמד כבוד התורה פאר די הונדערטער תלמידי ישיבת 'בית נחמיה' דחסידי גור אין בני ברק, דער מעמד איז פארגעקומען אין די בית מלכה זאלן אין ירושלים אין איז געוועהן קאמבינירט מיטן סיום מס' בבא קמא וואס די תלמידי הישיבה האבן געלערנט ברוב עמל ויגיעה אין באותו מעמד זיך פארהערט אויף די הונדערטער בלעטער גמרא בעל פה אין ראם פום לימוד מזומנים, דער מעמד האט איינוועגס אויך געדינט אלס סעודת מצוה לרגל די הנחת אבן הפינה פארן נייעם צוגעבויעטן פליגל פארן בנין הישיבה וואס וועט דינען פאר א דארמיטארי אין חדר שיעורים, בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' אהרן ציטרין פון פלעטבוש בונה ומקים הישיבה וועלכע האט זיך שוין בעבר געלאזט קאסטן שווערע מיליאנען דאללארן לטובת דער ישיבה.


נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה אויפן שטח הבנייה ביים בנין הישיבה אין בני ברק אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הרה''צ רבי ישראל מנחם אלתר א זוהן פונעם גערער רבין אין די רבני וצוות הישיבה.


אויפדערנאכט איז פארגעקומען די סעודת מצוה אין מעמד כבוד התורה אין די זאלן פון בית מלכה, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה כיד המלך אין אינצווישן האבן די משתתפים זוכה געווען מקבל צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער ערשינען אינעם זאלן אינאיינעם מיטן אורח הכבוד דער בארימטער פוסק הגאון רבי עמרם פריד שליט''א.


עס האט אויפגעטראטן דער ראש ישיבה הרב ישראל מנחם אלתר וועלכע האט איבערגעגעבן די ברכת הקודש פונעם רבין שליט''א צום מעמד אין שטארק ארויסגעהויבן לשבח פונעם פטרון הישיבה הנגיד ר' אהרן ציטרין.


דער הויכפונקט פון דעם מעמד איז געווען דער פארהער, ווען הגאון רבי עמרם פריד האט פארהערט די בחורים די חתני התורה. שווערע שאלות פארווארפן פון גאנץ מס' בבא קמא זענען געשטעלט געווארן פארנט פון די בחורים, אויף וואס זיי האבן געענטפערט מיט א שטוינענדע קלארקייט אן קיין שטרויכלונגען, וואס האט באגייסטערט די משתתפים.


דער רב האבן דערנאך אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זייער התפעלות פון די שליטה פון די חשובע בחורים אויף גאנץ. מס' בבא קמא.


נאכן פארהער האט איינע פון די בחורים געמאכט דעם סיום אויף מס' בבא קמא אין הנגיד ר' אהרן ציטרין האט געזאגט דער קדיש. דאן האט די רבי טועם געוועהן פון די פירות אין מזוזות אין פארטיילט שיריים פאר די רבני הישיבה אין די בחורים.

















Hozzászólások


bottom of page