מיטוואך פ' ויקהל פקודי - כ"ב אדר תשפ"ג
קרדעיט: משה ויסברג בחדרי חרדים
קול בחצרות - חסידי באיאן צייכענען צו א מורא'דיגע פאסירונג, ווען אין א זעלטענע שריט האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א געהייסן זינגען די ניגון "מכניסי רחמים", אין די זעלבע צייט ווען עס האט זיך אפגעשפילט די שרעקליכע דראמא ברחובות העיר ביתר עילית.
ווי באקאנט האט פאסירט א שווערע אינצידענט פארלאפענעם דאנערשטאג אין שטאט ביתר, ווען עס איז געפונען געווארן א פארדעכטיגע פעקל אויף א באס, וואס האט אנגעברענגט גרויס זארג און כאאס איבער די גאנצע שטאט, נאך וואס עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין א געפארפולע באמבע.
אויס זארג פון פרייע טעראריסטן האבן די פאליציי פארארדנט אלע איינוואוינער צו זיין איינגעשפארט אין די הייזער, אין די צייט וואס אלע איינוואוינער צאפלען פאר שרעק, בחסדי ה' האט מען טאקע געטראפן די שולדיגע, און מיטן אויבערשטנס הילף עלימינירט די שרעקליכע סכנה.
אינעם זעלבן צייט האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א געפראוועט שולחנו הטהור אינעם גרויסן קלויז אין ירושלים, לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן פחד יצחק פון באיאן זי"ע. אינמיטן טיש האט דער רבי געהייסן זינגען דעם ניגון "מכניסי רחמים", און אזוי אויך די ניגון "מלאכי רחמים", דער רבי האט געהייסן איבערזינגען עטליכע מאל, בעת ווען דער רבי זעלבסט איז אריינגעקאכט אין העכערע מחשבות מיט די הענט אויף די אויגן פאר לענגערע מינוטן, א מחזה וואס האט אויפגעברענגט גרויס וואונדער ביי די חסידים.
שפעטער ווען מ'איז געוואויר געווארן איבער די שווערע אינצידענט אין שטאט ביתר, וואו עס וואוינען א ריזן ציבור חסידי באיאן, האט מען שוין אלעס פארשטאנען, איבערהויפט נאכדעם וואס דער באיאנער רבי הערנדיג די בשורה טובה אז מ'האט געכאפט די טעראריסטן, האט דער רבי געהייסן די חסידים זאגן מזמור לתודה נאכן דאווענען ליל שבת קודש, אין אלע שטיבלעך פון חסידי באיאן אין שטאט ביתר.
Comments