מוצש"ק פ' ויקהל פקודי - כ"ה אדר ה'תשפ"ג
קול בחצרות - געהויבענע מסע הישועות, נסיעה פון תומכי מרכז מוסדות בעלזא קיין ליזענסק, אין שפיץ פון הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
ווי ברייט באריכטעט דא אויף בחצרות, איז אונטער גענומען געווארן די דאזיגע נסיעה דורך די הנהלה פון מרכז מוסדות בעלזא, אלס אות הוקרה והערכה פאר די הונדערטער תומכים ונדיבים, וואס נעמען זיך אונטער צו שטיצן די מוסדות מדי חודש בחודשו אויף א קביעות. די מסע הישועות איז פארגעקומען אינעם גרויסן טאג פון כ"א אדר, יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, ווען צום הויכפונקט פון די נסיעה האט מען מתפלל געווען ביים ציון הק' און איינגעריסן וועלטן לישועת הכלל והפרט, איבערהויפט פארן מנהיג העדה, דער ראש בית אב כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו בבריאות השלימות.
דינסטאג אינדערפרי איז מען ארויסגעפארן אויפן ווען קיין פוילין, וואו מען איז אנגעקומען צום שטאט לובלין. אלע געסט פון איבער די גאנצע וועלט האבן זיך דארט צונויפגענומען, און שלום גענומען פון הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי. דאן איז מען ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע, און הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי האט פארגעזאגט תהלים ספר רביעי.
נאכן זאגן תהלים האט הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, ארויסברענגענדיג די קשר וואס די בעלזא הויף ציעט צום רבי'ן פון לובלין, וועלכער איז געווען דער רבי פונעם ערשטן בעלזא רב דער הייליגער שר שלום זי"ע, און מ'בעט אצינד אז דער רבי פון לובלין זאל אויסבעטן ביי זיין רבי'ן דער הייליגער רבי ר' אלימלך בעל ההילולא, צו משפיע זיין א גאנצע רפואה פאר ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
נאכן מעמד התפילה איז מען אנגעקומען צום גרויסן בנין פון ישיבת חכמי לובלין, וואו די עסקנים האבן ארומגעוויזן די רייכע היסטאריע פון די ישיבה, און ארויסגעברענגט אז די אלע מחזיקי תורה טוען ווייטער ממשיך זיין די פעולות פונעם ריש מתיבתא קדישא הגאון האדיר ר' מאיר שפירא זצ"ל ראש ישיבת חכמי לובלין.
פון דארט איז מען אנגעקומען קיין ליזענסק, וואו עס איז צום ערשט געפראוועט געווארן א גייסטרייכע מעמד פאר אלע חשובע תומכים, דער ציבור האט זיך געוואשן צו א רייכע אנגעגרייטע סעודה לכבוד די הילולא קדישא, און עס איז פארטיילט געווארן א רייכע מזכרת א קונטרס "שר צבא ה', תולדות און סיפורים פונעם מיטעלן בעלזא רב זי"ע.
די מעמד איז באגלייט געווארן דורך בעלי מנגנים מיט פרקי שירה וזמרה, דער יושב ראש המעמד הרב ירמי' דמן האט אויפגענומען די חשובע געסט, און מכבד געווען דער נואם הכבוד הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט במתק לשונו איבער די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן די מוסדות הקדושים, און שטיין לימין הקודש פונעם רב זאל מאריך ימים זיין.
תיכף נאכן דרשה האט זיך אנגעזעהן די ווארעמקייט ביים ציבור, און עטליכע גרויסע גבירים האבן פראקלאמירט פרישע אסטראנאמישע סכומים לזכותו פונעם בעלזא רב. נאך א פייערדיגע ריקוד אשרינו מה טוב חלקינו, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נכדו הגדול פונעם בעלזא רב הרב שלום רוקח, וועלכער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט ארויסצוהעלפן די מוסדות.
דאן האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' אברהם דירנפעלד דומ"ץ בקהל מחזיקי הדת, איבער די גרויסקייט פון מחזיקי תורה, און העסקן הנמרץ הרב שמעון פייבוש חבר הנהלה פון מרכז מוסדות בעלזא, וועלכער האט קלארגעשטעלט די פונקטליכע פלענער און דעטאלן אוועקצושטעלן א יסוד איתן א שטארקע באזע פון תומכים קבועים פאר די מוסדות.
צום הויכפונקט פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי מיט די משא המרכזי, ארויסברענגענדיג זיין געוואלדיגע הכרת הטוב פאר אלע חשובע תומכים און עסקנים. דערביי האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חוב קדוש וואס ליגט אויף יעדן חסיד צו מתפלל זיין למען בריאות גופו הטהור פון אבינו רועינו דער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין, ער זאל אונז נאך קענען פירן לאנגע געזונטע יארן על מי מנוחות.
צום שלוס פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הרב אברהם סאפרין אייניקל פון בעלזא רב, און נאכן מעמד איז דער גאנצער ציבור ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.
איידער אמירת תהלים האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' אברהם משה לאמפין בגודל קדושת המקום, נאכן זאגן די תפילה פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך, האט הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי פארגעזאגט תהלים ספר רביעי און חמישי, און דערנאך דערמאנט אז ער בעט בשליחות אביו הגדול, מען זאל דאווענען פאר אים ביים ציון, דאן האט איינער פון די חשובע עסקנים געמאכט א מי שברך לרפואתו פונעם בעלזא רב, מרן הרה"צ ר' ישכר דוב בן מרים, למען יאריך ימים על ממלכתו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
עס איז שוין געווען אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען די געהויבענע נסיעה האט זיך געשלאסן מיט א פייערדיגע תפילת שחרית, איידערן אפרייזן צוריק קיין ארץ הקודש אנגעפולט מיט השפעות טובות וכל מילי דמיטב.
Opmerkingen