top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בערב יומא דהילולא • האד' מסקולען ירושלים אריינגעגעבן ספר תורה לעי''נ אביו הרה''ק מסקולען זצ''ל

מוצש"ק פ' ויקהל פקודי - כ"ה אדר ה'תשפ"ג

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


קול בחצרות - דעם דאנערשטיג איז אין עיה''ק ירולשים געפראוועט געווארן די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א לזכר נשמתו פון אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצ"ל אין איז פייערליך אריינגעגעבן געווארן, בערב יומא דהילולא קדישא צום ביהמ''ד הגדול סקולען ירושלים, בקול רינה ותודה ובהמון חוגג כראוי וכיאות לכבודה של תורה.


פארלאפענעם וואך פרשת תצווה בשעת ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א איז געווען צוגאסט אין ניו יארק לרגל די חתונה בבית אחיו כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג, איז די רבי אריבער מיט די יריעת הספר תורה צו די ברידער כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית סקולען וועלכע האבן אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, אויך איז די רבי שליט''א די וואך אנגעקומען קיין בני ברק לבית חותנו הגדול הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א אין איהם מכבד געוועהן אריינצושרייבן אן אות אינעם ספר תורה.


דעם מיטוואך איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א ווי עס זענען ארויפגעקומען די חשובי ונכבדי הקהילה, און נגידים ותומכים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים צו שרייבן דעם ספר תורה, אויך האבן זיך אנגעזעהן אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מסטריקוב ירושלים, און קאליב, הרה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג, הגאון ר' קלמן ווייס דומ"ץ וויזניץ בית שמש, הגאון ר' שלום אייזנבערג דומ"ץ צאנז ירושלים און נאך.


דאנערשטיג נאכמיטאג האט די רבי אריינגעשריבן די לעצטע אות אינעם ספר, דאן האט די רבי מכבד געווען דעם שווער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק מיט הגבהה און הנגיד ר' יעקב טויבער פון ניו יארק מנדבני הספר מיט גלילה, דערנאך האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים, ווי מען האט געזינגען פילע ניגוני התעוררות מיט גרויס דבקות און די רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך מכבד געוועהן דער שווער הגה"צ אב"ד סקולען ב"ב ארויסצופירן דעם ספר תורה לרחובה של עיר, ווי מען האט באגלייט דעם ספר תורה אין די ירושלימע גאסן ווען אויפ'ן גאַנצן וועג האָט מען געטאַנצן און זיך געפריידט לכבוד התורה בפרט די בני הקהילה און חסידים ואוהדים פונעם סקולענער הויף רובם ככולם מלובש בבגדי שבת לכבוד התורה, שפּירנדיג א פּערזענליכע שמחה ביי די גרויסע געשעעניש.


די ספר תורה איז געפירט געווארן צום חצר פונעם וויזניצער תלמוד תורה בשכינות צום סקולענער בית מדרש אויף רח' חנה וואו דער רבי שליט״א האט אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין אינאיינעם מיט די שווער הגה"צ אב"ד סקולען ב"ב און די זקני וחשובי העדה וועלכע האבן אנגעכאפט דעם רבין און האבן געטאנצן די הקפות כנהוג לכבודה של תורה. נאך א שעה און א האלב האט מען ממשיך געווען די ריקודין אין היכל הבית מדרש פאר ארום א האלבע שעה, די רבי שליט"א האט פארגעזאגט די מזמורים כנהוג, אן דאן מיט אן התלהבות און שלהבת אש געזאגט ברכת שהחיינו בשם ומלכות, און דערנאך אריינגעפירט דעם נייעם ספר צום ארון הקודש, דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד ברוב עם הדרת מלך לרגל די יארצייט.


מחיל אל חיל, נָאך די פלַאמעדיגע ריקודין לכבודה של תורה, איז דער גַאנצער ציבור אריבערגעגאנגען צום דערנעבנדיגן בית מדרש הגדול ביאלא אויף רח' יעקובזון וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער סעודה לכבודה של תורה, קָאמבַאנירט מיט די סעודת הילולא ברוב פאר והדר. במשך דעם מעמד האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, עס האבן אויפגעטראטן דער בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א און זיין שווער די סקולענער רב פון בני ברק וועלכע האבן ארויפגעברענגט זכרונות מימי קדם בהלו נירו פונעם הייליגן סקולענער רבין, און דברי הדרכה ממשנתו הטהורה, מתובל מיט אמרות טהורות בגודל קדושת הזמן שמחת התורה, די רבי האט געבענטשט על הכוס, און אום איינס אזייגער האט מען פארענדיגט דעם געהויבענעם מעמד.




















Comments


bottom of page