top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

עודכן: 26 בדצמ׳ 2023


דאנערשטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

 

מפואר פאר יעדן • די רעבישע טלית בייטלעך און טליתים צוגעשטעלט דורך די בארימטע מפואר דזשודעיקא פאר אלע נייע ראחמאסטריווקע רבי'ס...

שיחות הוד • האדמו"ר מגור ביים זיך משתתף זיין ביים שמחת החתונה נעכטן בשמחת בית ביאלא - קאפיטשניץ - לעלוב בית שמש - קוזמיר.

‏האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ביי תקיעת שופר די וואך נאכן אהיימקומען פון שפיטאל.

כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף א שפאציר אין מחנה דברי יואל אין סוואן-לעיק אינאיינעם מיטן שוואגער הגאון ר' חיים ארי' שפיטץ ראש ישיבת ווילרייק.

דער מעיאר פון שטאט אלעד הרב ישראל פרוש, אין באגלייטונג פון זיינע געהילפן, ביים אפנעמען ברכת הקודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ לקראת די הייליגע טעג. דער ויזניצער רבי האט אים געשאנקען א ספר הזוהר לשמירה ולברכה.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי, אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלום בערגער אין לאנדאן ווי די רבי האט געוויילט די וואך לרגל די שמחת הברית פון אן אייניקל אין שטאט.

א ריקוד צווישן די גבאים משמשים בקודש בחצר הקודש וויז'ניץ ביי די חתונה הגדולה פונעם הויז בחור החתן יוסף שמעון שעכטער.

המפשיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב ביי די חתונה פון החתן יוסף שמעון שעכטער הויז בחור ביי מרן אדמו"ר מויזניץ.

משמח אלוקים ואנשים • ביים חתונה האט קרישקעס באמערקט דעם בארימטן פורים רב בחצר הקודש וויזשניץ מאנסי הרב בנימין בוקסבוים ביים משמח זיין חתן וכלה...

בחצר הקודש תולדות אהרן איז געפראוועט געווארן די וואך מיט גרויס שמחה די פדין הבן לבן ר' יודלע העללער א זוהן פון הרב הערש מעכיל העללער מגדולי עסקני תולדות אהרן וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקע צו פודה זיין בנו בכורו ביים רבי'ן שליט"א.

הרה"ג שלום רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא און די משמשים בקודש הרב אליעזר ווינד און הרב שמעון וואלף קליין, אין לופטפעלד אונטערוועגנס קיין אנטווערפען, צו באשיינען א מעמד הכנסת ספר תורה, בשליחות הקודש פונעם בעלזא רב שליט"א.

הרב יצחק גולדקנופף חבר הכנסת ווערט געזעהן במעון הקודש פון כ"ק האדמו"ר ממודזי'ץ שליט"א חבר מועצת גדולי התורה, זיך דורכצורעדן בעניני השעה.

בחצר הקודש וויז'ניץ איז אין די טעג אוועקגעשטעלט געווארן א ספעציעלער וועד, וואס וועט זיך אפגעבן מיט אלע פאליטישע אנגעלעגנהייטן העומדים על הפרק, שטייענדיג בעפאר די וואלן אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, אלס יושב ראש הוועד האט כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ממנה געווען העסקן ר' שלמה גרינבערעגער פון ירושלים.

נאכדעם וואס רוסלאנד איז ווידעראמאל דורכגעפאלן מיטן ארויפשיסן א ראקעט צום לבנה מיט עטליכע וואכן צוריק, האט המשפיע הגה''צ רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א אויפגעדעקט גאר א מערקווידיגע עפיזאד וועלכע האט זיך אפגעשפילט מיט איבער זעכציג יאר צוריק אין די תש"כ יארן. עס איז געווען אין יענע תקופה ווען אמעריקע און רוסלאנד האבן זיך געשלאגן ווער וועט אנקומען פריער צום לבנה, אין יענע צייט אין א מוצאי שב"ק אין מירון איז הרה"ק ר' משה מרדכי מלעלוב זצ"ל געשטאנען פארטראכט און ארויפגעקוקט צום הימל, נאך עטליכע מינוט האט ער זיך אנגערופן: די רוסן ווילן אנקומען צום לבנה, עס וועט זיי נישט געלונגען זיי וועלן אראפטראסקענען אויף די ערד. די אמעריקאנער ווילן אנקומען אויף די לבנה, עס וועט זיי יא געלונגען - פארוואס, ווייל די אמעריקאנער האבן אמונה, אבער די רוסן זענען געמיינע כופרים. איבעריג צו זאגן אז אזוי איז געווען און אזוי האלט עס אן עד היום הזה - ועד בכלל.

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם ביי א ברית די וואך פון אן אייניקל פון האדמו"ר מראד, ווי די רבי האט געדינט אלס סנדקות, מלובש מיטן קאלפיק אין ווייסע קאפטן כנהוג.

האדמו"ר מסטראפקוב אויף א באזוך במעונו פון כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א לקראת די ימים הנוראים הבעל"ט.

הגאון המשגיח רבי דן סגל שליט"א וועלכע איז לאור בקשת הרבנים וראשי הישיבות שליט"א געקומען צו פארן קיין אמעריקע אויף צוויי וואכן מחזק צו זיין די עולם התורה לקראת די ימים הנוראים הבעל"ט ביים אויפטרעטן אין די גרויסער לעיקוואדע ישיבה גבוה.

ביים פינעף שעה'עדיגע מעמד תפילת רבים דורך כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א ביים ציון הק' פון אביו הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזענבורג זי"ע נאך קרוב צו צען יאר וואס דער רבי איז נישט געווען ביים ציון הק', האט קרישקעס באמערקט פולע חסידים פון גרויס ביז קליין זיך שטופן ביי די פענסטער'ס אינדרויסן פונעם אהל כדי צו קענען מיטהאלטן די עבודות הקודש צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם אהל הק'.

האדמו"ר מוויז'ניץ ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי שליחה דרבנן הרב משה גפני אין מני ברק.

הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויז'ניץ אלעד בן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ביים זיך משתתף זיין בשליחות הקודש פון אביו הגדול ביי די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביים חבר הכנסת ר' משה גפני.

האדמו"ר מסקאליע אויף א שפאציר די וואך בנאות דשא אין די קאנטרי.

האדמו"ר מלאשאנץ ביים משמח זיין חתן וכלה ביי די חתונה נעכטן פון אן אייניקל, אין שטאט וויליאמסבורג.

‏הרה"צ רבי דוד דוב האגער בן האדמו"ר מויז'ניץ מאנסי וואס וויילט אין די טעג אין ארצינו הקודש, אויף א באזוך במעון הקודש פון האדמו"ר מבעלזא.

לכבוד התנא האלוקי • הרב מאיר נחמן אלחדד וואס האט ל"ע ליידער פארלוירן צוויי פון זיינע קונדער ביים שווערן טראגישע צודריקעניש אין אתרא קדישא מירון ל"ג בעומר תשפ"א, האט קרישקעס נעכטן באמערקט ביים שמחת החתונה אין וויליאמסבורג ביי הנגיד רבי משה לאנדא.

האדמו"ר מניקלשבורג שליט"א ביים קוביע א מזוזה אינעם נייעם פארברייטערטן פארט'ש בית מדרשו אין וואדבערן.

האדמו"ר מסאדיגורה לאנדאן טרעט אויף ביי א בר מצוה לבן אחד מחסידיו אין לאנדאן.

הרב ישראל פרוש ביים אפנעמען ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז לקראת די הייליגע טעג, אין דער צאנזער בית מדרש אין אלעד ווי די רבי האט אויפגענימען דעם ציבור.

א פריש געווארענע טיטל אויף א חב"ד'סקע מודעה, הרה"צ הרה"ג וכו' כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א...

ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר ביים שמחת קבלת פנים איידער די חופה פון החתן זוהן פון מקורבו הרב ישראל מרדכי צישינסקי מנכ"ל מוסדות פני מנחם.

האדמו"ר מקאריץ מוצאי שבת אין מעזיבוזש, אין ראם פון די מסע הקודש לקראת די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זיע"א.

א נייע ניגון אויף די ווערטער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, "ווער ס'וועט העלפן מיינע מוסדות וועל איך נישט שולדיג בלייבן" געזינגען געווארן ביי די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי הרב יוסף ראזענבערג ז"ל לאנגיעריגער מנהל און עסקן פאר מוסדות יטב לב, ווען זיין שותף לדבר מצוה הרב מנחם מענדיל וואלערשטיין האט געטאנצן מיטן חתן.

הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, אין א באגעגעניש די וואך מיט הרה"ג שלום בער סאראצקין ראש ישיבת עטרת שלמה.

א קארטל וואס איז פארטיילט געווארן פאר חסידי סאטמאר אין מאנסי צו קענען מיטהאלטן די פונקטליכע סדר אין זמנים פון קבלת קהל בקודש פנימה בעת די זמני כניסה ביי כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מאנסי לקראת די ימי הרחמים והרצון.

א הערליך האנט געמאלן בילד פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויז'ניץ זיע"א.

קרישקעס וועכענטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פארן בארימטן עסקן לבית צאנז ר' יוסף יצחק יאקאבאוויטש, לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן בשעה טובה ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח בנימין הירשלער מנכ''ל מוסדות רוז'ין באיאן לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה בשעה טובה ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פארן בארימטן בעלזא פאטאגרעפירער אברהם משה שפירא לרגל די שמחת הבר מצוה לבנו למזל טוב. אינעם בילד ווערט געזעהן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא ביים די שמחה.

א ברכת מזל טוב פאר הבחור החתן ידידיה פרייזלר הויז בחור ביי האדמו"ר ממיאלען לרגל די שמחת השידוך שליסן די וואך בשעה טובה ולמזל טוב, אינעם בילד ווערט געזעהן די רבי שליט"א ביים שמחת הווארט.

א ברכת מזל טוב פאר הרב שמואל שטיינער משב"ק האדמו"ר מרחמסטריווקא לרגל די שמחת החתונה די וואך פון בנו החתן די וואך.


Comments


bottom of page