top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאנטשעסטער גרייט זיך מיט התרגשות דקדושה צו געהויבענעם ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א

דינסטאג פ' תולדות • א' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


צהלי ורוני יושבת מאנטשעסטער, כי גדול בקרבך קדוש ישראל


היסטארישע נייעס איז היינט באשטעטיגט געווארן, אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט אונטערנעמען א געהויבענע מסע הקודש צום שטאט מאנטשעסטער מארגן מיטוואך, צו באשיינען די שמחת הברית פון א אור אייניקל, און וועט פראווענען א היסטארישע שבת אין שטאט במעמד אלפי ישראל.


דער תולדות אהרן רבי שליט"א וועלכער איז צוגאסט די לעצטע צוויי וואכן אין ניו יארק לכבוד די שמחת החתונה פון א אייניקל, וועט מארגן מיטוואך אונטערנעמען די נסיעה קיין מאנטשעסטער אין ענגלאנד, וואו דער רבי וועט וויילן א וואך צייט בקרב חסידיו. שבת אינדערפרי וועט דער רבי באשיינען על ראש שמחתו, ביי די שמחת הברית לבן הבכור ביי נכדו הרב אהרן מאיר קאהן שליט"א, זון פון בנו הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א אב"ד תולדות אהרן לאנדאן, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער.


דעם קומענדיגן שבת קודש וועט דער רבי פראווענען אויף א גרויסע פארנעם בקרב תושבי העיר, וואו עס וועלן קומען צו פארן הונדערטער געסט חסידי תולדות אהרן פון איבער די וועלט, און איבערהויפט פון די שטעט אין אייראפע. די תפילות און טישן וועלן געפראוועט ווערן אין א ריזן זאל, און די עסקנים ארבעטן יעצט אויס די לעצטע דעטאלן על צד היותר טוב.


דורכאויס די וואך וועט פארקומען ספעציעלע מעמדים אינערהאלב קהילת תולדות אהרן אין מאנטשעסטער, די שיינע קהילה וואס איז געגרינדעט געווארן מיט צוויי יאר צוריק, און איז גאר שטארק מצליח ב"ה, ווען מ'גרייט זיך אין די יעצטיגע טעג צו קויפן א אייגענעם בנין, בברכתו הטהורה פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


יהדות מאנטשעסטער לבשי בגדי תפארתך.

Kommentare


bottom of page