top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קראקא • האד' מוויז'ניץ לאנדאן ביים ציון הק' פונעם רמ"א בעצם יומא דהילולא

מיטוואך פ' בהר בחקתי - י"ט אייר תשפ"ג


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן וועלכער האלט זיך אויף די טעג אין שטאט רימנוב, האט נעכטן נאכט ליל ל"ג בעומר אנגעצינדן די מדורה לכבוד היום נעבן די בנין הכנסת אורחים אש"ל רימנוב, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך אויפגעטרעטן מיט דברות קודש.


היינט ל"ג בעומר פארטאגס האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קראקא, וואו עס זענען אויך געקומען א שיינע ציבור אידן פון לאנדאן מיטהאלטן די געהויבענע טאג ל"ג בעומר בצל הקודש, און פוקד זיין די ציון הק' פונעם הייליגן רמ"א בעצם יומא דהילולא.


אנקומענדיג קיין קראקא האט דער רבי זיך געשטעלט דאווענען שחרית אינעם היסטארישן שוהל פון די הייליגע רמ"א, און דערנאך פוקד געווען די ציונים הק' אין די אלטע בית החיים פונעם הייליגן רמ"א בעצם יומא דהילולא קדישא, דער הייליגער תוספות יום טוב און דער הייליגער ב"ח.


דערנאך האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד היום אין בית המדרש פון די רמ"א, מיטן יארצייט סעודה פונעם הייליגן רמ"א. שפעטער איז דער רבי געפארן מיט א גאלף קאר צום נייעם בית החיים, וואו מען האט פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם הייליגן מאור ושמש און געזאגט פרקי תהלים.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי צוריקגעפארן קיין רימנוב, וואו דער רבי האט מקיים געווען די מנהג פון שיסן פייל און בויגן, און דערנאך געפראוועט שולחנו הטהור לכבוד היום, יעצט ביינאכט האט דער רבי באשיינט בראש המעמד ביים צענטראלן סעודת הילולא אין שטאט רימנוב, לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע זי"ע. דערביי האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די יום הצלה פון אביו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, וועלכער איז אין דעם טאג ניצול געווארן פון די דייטשן ימ"ש ביים צווייטן וועלט קריג.









Comentarios


bottom of page