מאנטאג תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - ברוב שמחה און התרגשות איז נעכטן זונטיג געפראוועט געווארן די געהויבענע מעמד קביעת מזוזות און חנוכת הבית פאר די נייע מייעסטעטישער בנין המפואר פון בית חינוך לבנות דשיכון סקווירא וואָס איז בסייעתא דשמייא נאך לענגערע יארן פון עמל ויגיעה נתחנך געוואָרן אַהערגעשטעלט ברוב פּאר והדר כלול בהדרו, און אינהאלט אין זיך צענדליגער קלאס צימערן, און גרויסע אדעטאריומס, און אלע צוגעהערן.
ווי ברייט באריכטעט דא אויף קול בחצרות איז דעם שנת הלימודים תשפ''ג איז דער מיידל שולע אין שיכון סקווירא צוטיילט געווארן אין דריי סניפים, צו קענען נאכקומען די בלי אין וואוקס אינעם סקווירא שטעטל בלי עין הרע, די סקווירא רבי האט א נאמען געגעבן פאר די דריי מיידל שולעס אין די מוסדות הקודשים, אלע דריי וועלן טראגן דעם נאמען פונעם אמא של מלכות הרבנית הצדיקת מסקווירא ע''ה, דרכי טראני, נתיבי טראני אין שבילי טראני.
א צינד איז געפייערט געווארן די מעמד חנוכת הבית פון די נייע סקול וואס איז פראכטפול פארענדיגט כלול בהדרו מיטן גאנצן פראכט!
אין די נאכמיטאג שעות איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומען צום הויז פון הנגיד ר' יואל גאלדמאן ווי די רבי האט געפראוועט א מסיבת לחיים און דערנאך געמאכט די ברכה לקבוע מזוזות און קובע געווען עטליכע מזוזות אויף זיין נייע דירה, כנהוג אין סקווירא אז מען מאכט מען נישט קיין ברכה לקבוע מזוזה אויף א בנין המוסדות אדער א בית מדרש, נאר אויף א דירה ווי מ'וואוינט דארט, און תיכף דערנאך איז מען אריבערגעגאנגען צו די נייע בנין צו קובע זיין מזוזות וואס איז פארגעקומען ברגשי שמחה וגיל. אַריינקומענדיג אינעם נייעם בנין האָט זיך גלייך געשפּירט דער התרוממות'דיגער גייסט, צוזעענדיג דעם רחבות וואָס שפּראַלט אַרויס פון יעדעס ווינקל, ווען מ'קומט ענדליך אל הנחלה ואל המנוחה אין דעם נייעם שיינעם גרויסן בנין צו קענען מחנך זיין די בנות ישראל הכשרות בדרך המסורה צום ערשט האט די רבי קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם בנין, און דערנאך האט די רבי קובע געווען מזוזות ביים אריינגאנג צו די דריי סניפי המוסדות, דרכי טראני נתיבי טראני און שבילי טראני, מיטן האלטן די מזוזות זענען מכובד געווארן די מנהלי הסקול און עסקני ונדבני הבנין. דערנאך איז די רבי אריינגעקומען צו א גרויסע מסיבת לחיים אינעם גרויסן זאל פונעם סקול, ווי אויף די אנדערע זייט פון די מחיצות זענען געווען פארזאמעלט די טויזענטע תלמידות בלע"ה כ"י.
א רייכע קאפעליע פון בעלי מנגנים האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, און די רבי האט פארטיילט לקח פאר די וועד הרוחני און וועד הגשמי פון די סקול און פאר די עסקנים.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה די מנהל כללי פון בית חינוך לבנות הרב יעקב יוסף שפיטצער שליט"א וואס האט מיט א לשון לימודים מקבל געווען בברכה את פני הקודש פונעם רבין. דאן האט דער רבי שליט"א האט משמיע געווען א ברכת קודש פאר אלע תלמידות אז זיי זאלן מצליח זיין צו שטייגן ביראת שמים און מיטנעמען די קנינים פון די יארן אויף די גאנצע לעבן שפעטער.
מ'האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה און די אויבנאהן און די משתתפים האבן זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה. דערנאך האט די רבי שליט"א געדאווענט תפלת מנחה אינעם נייעם בנין, און אנדערש ווי געווענטליך ווען די רבי דאווענעט אין א שטיב, האט די רבי געדאווענט ברבים כדאי אז די מיידלעך זאלן קענען מיטהאלטן די דאווענען. נאך מנחה איז פארגעקומען די צווייטע חלק פון די מעמד ווי צום מעמד זענען געלאנדעט געווארן אלע מחנכות פונעם מיידל סקול, די טיטשערס און פרינצפעלס און די חברי הנהלה, אויך זענען געליידענט געווארן די מענער פון די חברי ההנהלה און די מענער פון די פרינצפעלס. די מנהל כללי הרב יעקב יוסף שפיטצער האט נאכאמאל אויפטגעטרעטן מיט א דרשה, ארויסברעגנדיג לשבח די חשובע איינגעשטעלטע אינעם בית חינוך לבנות. מ'האט געזינגען א ניגון הכנה און די רבי שליט"א האט אין א ערשטמאליגע שריט משמיע געווען דברות קודש פאר די הונדערטע מחנכות אינעם סקול, צום ערשט האט די רבי שליט"א שטארק ארומגערעדט בשבח פון מחנך זיין דעם קומענדיגן דור על פי דרך התורה והחסידות, דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט עטליכע ענינים וואס מ'זאל זעהן צו אריינפלאנצן אין די בנות ישראל, די ענין פון מחשיב זיין א 'בן תורה' און א 'כולל יונגערמאן', די ענין פון צניעות און אז מ'זאל זעהן ממשיך צו זיין די הייליגע מסורה אויף ווייטער לדורות הבאים, דער רבי שליט"א האָט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו וברכת הצלחה פאר די חשוב'ע עוסקים במלאכת הקודש להצלחה בתלמידים און אין אַלע ענינים. דערנאך האט די רבי פארטיילט א הערליכע זילבערנע וויין פלאש פאר די מנהלות לאות הוקרה אויף זייער געטרייע עבודת הקודש – די רבי האט עס איבערגעבן פאר זייערע מענער און געווינטשן א ברכות קודש פאר יעדעם איינעם באזינדער.
נאכן מעמד איז די רבי אויך געגאנגען זיך אומקוקן ביי די גרויסע אפטיילונג פון די בעביסיטונג פון די מוסד, און געווינטשן ברכות קדשו.
Comments