top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות לאנדאן איז מקבל פנים געהויבענעם גאסט כ"ק האד' מבוהוש שליט"א

מונטאג פ' אמור - י' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן זינטיג אויפדערנאכט האט כ''ק האד' מבוהוש שליט''א געלאנדעט אין לאנדאן אויף א קורצע באזוך פון עטליכע טעג צו באשיינען דער וויעדה 'נכספה' לטובת מוסדות בוהוש אין כינוס חסידי בוהוש באייראפע וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מיטוואך בעיר הבירה לאנדאן.


אינעם לופטפעלד איז די רבי שליט''א געווארן אפגעווארט דורך א גרויסע צאל חסידים אין מעריצים אין דער בעל האכסניא הנגיד החסיד ר' פיניע אנגלאנדער.


פונעם עירפארט איז די רבי תיכף צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס פון קרוב צו א האלבע שעה. ביים אנקומען לבית האכסניא האט מען געדאווענט מעריב אין דערנאך איז די רבי ארויסגעקומען פונעם דאווען שטוב צום לחיים אין מעמד קבלת פנים ווי די רבי שליט''א האט משמיע געוועהן אמרי קודש דערמאנענדיג די הילולא פון הרה''ק רבי דוד'ל טאלנער זי''ע אין די יום ההצלה פון זקינו כ''ק האדמו''ר מבוהוש זצ''ל וואס האט אין דעם טאג י' אייר פארלאזט ראמעניע אויפן וועג קיין ארץ ישראל נאכן ביטערן צווייטן וועלטס מלחמה.


אין די טעג בעת דעם רבי'נס קורצע באזוך אין לאנדאן וועלן חסידי בוהוש פון ענגלאנד אין האבן אייראפע האבן די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך אין נהנה זיין עצה ותושיע פונעם רבין שליט''א בזמן שהצדיק בעיר.



Comments


bottom of page