מונטאג פ' בהר בחקתי - י"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות
קרדיט דוד כהן
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז נעכטן אין די פארמיטאג שעה'ן ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, ווי די רבי שליט''א וועט זיך אויפאהאלטן ביז ל"ג בעומר, נאכמיטאג האט די רבי געדאווענט מנחה אינעם שטיבל אויפן דאך פונעם ציון הקדוש.
נאך מנחה האט זיך די רבי צוגעזעצט צו א שיעור דף היומי אין ביין זמן האט מען געדאווענט מעריב אויפן דאך פונעם ציון, ווי אלס שליח ציבור האט געדינט דער בעל מנגן הרה"ח ר' יעקב יהודה דאסקאל, נאך מעריב און ספירה האט זיך די רבי אינטערסירט ביי ר' יעקב דאסקאל איבער די וויזניצער תנועה ביי ספירת העומר, דערנאך האט די רבי מכבד געוועהן המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירט אנצוהייבן דעם זמר בר יוחאי, און איהם דערנאך פארבעטן צו דערציילן עובדות וסיפורים פונעם נודע ביהודה און דגל מחנה אפריים לרגל די הילולא, דערנאך האט זיך די רבי פארשפארט אינעם שטיבל פאר לענגערע מינוטין.
Comments