top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פעולות אפצוראטעווען בית החיים אין שטאט ראזוואדוב אין פולין דורך נכדי הרה''ק רבי משה מראזוואדוב זי''ע

מיטוואך פ' אמור - י"ב אייר תשפ"ג | קול בחצרות


גרויס התרגשות נעמט ארום חסידים ואנשי מעשה אין שלומי אמוני ישראל איבער די וועלט ווען אין די יעצטיגע טעג האבן די עסקנים פון די בארימטע 'אבותינו' ארגינעזאציע וואס טוט אהערשטעלן אלטע בתי חיים אין אייראפע זיך אריינלגעלייגט בעובי הקורה אפצוראטעווען דעם בית החיים אין שטאט ראזוואדאוו אין פולין מקום מנוחת קדשו פונעם צדיק מפורסם הרה"ק ר' משה מראזוואדאוו זי"ע זוהן פון הרה"ק ר' אליעזר'ל פון דזיקוב זי''ע און איידעם ביי הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי''ע, דער בית החיים וואס פארנעמט א ריזן שטח שטייט וויסט און פארלאזט זינט די אויסברוך פון די צווייטע וועלט קריג ווען די דייטשן האבן אויסגעריסן דעם גאנצע בית החיים נישט איבערלאזנדיג קיין זכר דערפון.


און די יעצטיגע טעג האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט ראשם ורובם אפצוראטעווען די גאנצע שטח הבית החיים וואס איז געשטאנען אין א סכנה פון ווערן פארבויעט און וועלן אין די נאנטע תקופה ארומנעמען דעם בית החיים מיט א גדר אָפּצוהיטן אויפ'ן כבוד וקדושת המקום, ווי אויך ווערט אריינגעלייגט אינטענסיווע שתדלנות אין פארש-ארבעט צו קענען טרעפן די גענויע מקום הקבורה פונעם הייליגן ראזוואדאווע רב זי"ע אין צוריקשטעלן מקום מנוחתו כראוי ולהחזיר כבודה כבתחילה, אלס מקום אבן שואבת פאַר כלל ישראל, צו קענען אהינקומען מתפּלל זיין בכל עת ועידן בזכות הצדיק, וואס האט בחיים חיותו געשאָקעלט די וועלט מיט זיינע הפלא'דיגע מופתים.


אין די לעצטע תקופה איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה צווישן די ראשי המשפחה פון די אייניקלעך פונעם ראזוואדאבער רב אויפצוטרייבן די נויטיגע סכומים צו קענען אפראטעווען דעם בית החיים און אהערשטעלן אלס בכבוד הראוי, עס איז געווען בראשות הרבנים הגאונים שליט"א הגה"צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ אב"ד אגודת ישראל ב"פ יו"ר וועד הצלת הבית החיים, אין הרבנים מצאנז סטעטן איילענד, ריגליץ און נאך, אזוי אויך איז פארגעקומען א באזונדערע אסיפה מיט די אייניקלעך פון הגה"צ אב''ד קאלבוסאב ווי הגה"צ אבד"ק ציעשנוב האט אויפגעטראטן מיט א פייערדיגע דרשה און אנגעווארעמט דעם ציבור איבער די נחיצת הענין אויך האט אויפגעטראטן הגה"צ ר' לייבוש דוד טייטלבוים אב"ד קאלבוסאב שליט"א.

Comments


bottom of page