דינסטאג פ' בהר בחקתי - י"ח אייר תשפ"ג | קול בחצרות
דעם זונטאג איז פארגעקומען א גאר רירענדע מעמד תפילה ביים ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון, וואו מען האט איינגעריסן לרפואתה השלימה פון האשה החשובה אלטע עטיל בת בלומא גיטל לרפואה שלימה, אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, און טאכטער פון הגה"צ המשפיע ר' נחמן בידערמאן שליט"א, וועלכער איז ווי באקאנט גאר שווער געשעדיגט געווארן אין א קאר עקסידענט פארלאפענעם חול המועד סוכות, און איז זינט דאן פארשלאפט אויף א שווערע פארנעם.
שטייענדיג אינעם טאג פון איר געבורטסטאג, האט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א געבעטן פון די עסקנים אויב מ'קען אויסארבעטן א מעגליכקייט צו פירן דעם אייניקל מיט א אמבולאנס קיין מירון, און דארט איינרייסן וועלטן ביים בורא כל עולמים פאר א גענצליכע ערהוילונג.
מיטן הילף פונעם חבר כנסת הרב יענקי טעסלער האט מען ב"ה ערלעדיגט אלע דעטאלן, און היינט נאכמיטאג האט מען געברענגט דעם רבי'נס אייניקל קיין מירון מיט א אמבולאנס, אויסגערישט מיט אלע נויטיגע מאשינען וואס פעלט זיך אויס, אנקומענדיג אינעווייניג אינעם מערת הרשב"י אין מירון איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד תפילה וואו פילע אידן האבן מתפלל געווען און איינגעריסן לרפואתה השלימה, מיטן האפענונג אז גאר בקרוב וועט מען הערן גוטע בשורות.
Comentarios