זונטאג פ' בהר בחקתי - ט"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות
דעם ערב שבת קודש האבן חסידי פאפא אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אויף א געהויבענע נסיעה קיין אייראפע די קומענדיגע וואך פרשת במדבר, און פראווענען א היסטארישע שבת אין שטאט סאטמאר, ביומא דהילולא קדישא פון דודו הגה"ק בעל קרן לדוד זיע"א.
די געהויבענע נסיעה מיטן נאמען "מצמיח ישועות לזורעי צדקות" מיט די נגידי ותומכי המוסדות, איז ארגינעל געווען געפלאנט צו פארקומען אין שפיץ פון די קינדער פונעם רבי'ן, אבער דעם ערב שבת נאך וואס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו פערזענליך מיטצופארן אויף די נסיעה לכבודם פון די געטרייע תורמים וואס העלפן דעם רבי'ן טראגן די עול הנהלת המוסדות, איז באשטעטיגט געווארן אז די נסיעה וועט פארקומען אין שפיץ פונעם רבי'ן פערזענליך ברוב פאר והדר.
די הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין די געהויבענע שבת אין שטאט סאטמאר אין רומעניע, מקום מנוחת הקודש פונעם רבי'נס פעטער הגה"ק בעל קרן לדוד זי"ע, וועלכער האט משמש געווען ברבנות אין שטאט סאטמאר, ווי באקאנט האט דער הייליגער קרן לדוד נישט איבערגעלאזט קיין אייגענע דורות, נאר זיין פלומעניק הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע וועלכער איז געווען פון די גאר נאנטע תלמידים, און האט אנגעהאלטן זכרו הבהיר אלע יארן ווי א אייגענע טאטע.
אצינד לקראת די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל קרן לדוד, וואס געפאלט אויס מוצאי שבת במדבר ראש חודש סיון, וועט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א פראווענען א היסטארישע שבת אין שטאט סאטמאר, דארט וואו דער בעל ההילולא האט משמש געווען ברבנות און משפיע געווען פאר אידישע קינדער.
דורכאויס די טעג בעפאר און נאך שבת וועט מען פוקד זיין די מקומות הקדושים פון די פריערדיגע צדיקים אשר בארץ המה, אין די שטאט פאפא, פרעשבורג, און נאך. אין שפיץ פון די געהויבענע מעמד עלי' לציון פון הגה"ק בעל קרן לדוד אין שטאט סאטמאר, בעצם יומא דהילולא קדישא.
Comments