פרייטאג פ' אמור - י"ד אייר תשפ"ג | קול בחצרות
א שיינע ציבור אידן פון ארץ ישראל אין פון חוץ לארץ האבן זיך נעכטן מיטגעפרייט ביי די שמחת הבר מצוה פונעם אייניקל פון כ''ק גאב''ד קארלסבורג שליט''א בן לבנו הרה''צ המשפיע רבי יואל ראטה ראש ישיבת תפארת התורה, וואס איז געפראוועט געווארן אין הויף פון בית המדרש פונעם זיידן די קארלסבורגער רב שליט"א אינעם שטעטל מירון סמוך ונראה צום ציון פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.
אויסער די זיידעס זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק פילע געסט חסידי ברסלב תלמידים ומעריצים פונעם ראש ישיבה. מען האט געהערט שיינע דרשות פון די זיידעס כ"ק גאב''ד קארלסבורג שליט"א אין הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען אין א דרשה פונעם בעל שמחה דער ראש ישיבה.
Komentáře