זונטאג פ' אמור - ט' אייר תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי בעלזא תושבי מאנסי והגלילות גרייטן זיך צו עטפאנגען דעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל פרי עץ חיים הרה''ג רבי שלום רוקח נכדו הגדול פון כ''ק האדמו''ר מעלזא שליט''א וועלכע קומט צו פארן קיין ניו יארק מארגן מאנטיג אויף א ספעציעלע באזוך בקרב חסידי בעלזא אינעם עיר ואם בישראל מאנסי, המקושרים לאילנא דחיי מריחוק מקום.
דורכאויס דעם באזוך וואס וועט אנהאלטן א פולע וואך וועט הרה''ג רבי שלום באזוכן אין אלע בעלזער שטיבלעך וועלכע האבן זיך אין לויף פון די יאהרן צושפרייט אין אלע עקן שטאט אין אויך באזוכן אין די מוסדות התורה והחינוך אין דחסידי בעלזא אין מאנסי, צום קלימאקס פון די ימי הביקור וועט אראנזירט א גרויסארטיגע התוועדות חסידי בעלזא מאנסי אויף דעם קומענדיגן ליל שישי - פסח שני אין די פראכטפולע הילטאן זאל אין וואודקליף לעיק אין ניו דזערזי ווי דער חשובער גאסט וועט אדרעסירן דער מעמד אין דערביי איבערגעבן דברי חיזוק והדרכה בשליחותו פון זיין גרויסן זיידן כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א.
הרב שלום וועט פארבלייבן אויף שבת אין ניו יארק אין פראווען שב"ק פ' אמור בתוככי עיר מאנסי געווידמעט פאר די דארטיגע חסידים תושבי העיר.
Comments