top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייער אויסגעבראכן אין וויזשניצע ישיבה "בנין אבות" אין מאנטיסעלא

מיטוואך פ' אמור - י"ב אייר תשפ"ג | קול בחצרות


א העלישע פייער האט אויסגעבראכן די נאכט אין די וויזשניצע ישיבה "בנין אבות" אין מאנטיסעלא, וואו די גאנצע דארמיטארי געביידע איז ארויף אין פלאמען מיטנעמענדיג אלע האב און גוטס פון די בחורים, ב"ה אן קיין מענטשליכע געשעדיגטע.


די ישיבה גדולה בנין אבות וויזשניץ, שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א פון קייאמישע, און איז סטאנציאנירט אויף צייטווייליג אין מאנטיסעלא אויפן רוט 17 בי, ביז די ישיבה גדולה אמרי חיים וויזשניץ, וואס שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א פון מאנסי, וועט זיך אריבערציען צום נייעם לאקאל אין נייעק, וואס דאן וועט די ישיבה בנין אבות איבערנעמען דעם עקזיסטירנדן בנין אין קרית וויזשניץ קייאמישע לעיק.


די ישיבה איז דערווייל צוטיילט אין עטליכע הייזער, די בנין וואו עס געפונט זיך די דארמיטארי פאר א גרויס חלק בחורים, און אזוי אויך די מקוה, איז אינמיטן די נאכט סדר אין ישיבה ארויף אין העלישע פלאמען דורך א עלעקטעראנישע פראבלעם, ב"ה אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער אלע חפצים זענען אוועק מיטן רויעך, איבערלאזנדיג די תלמידי הישיבה בעירום ובחוסר כל.


די בחורים האבן תיכף פארלאזט די ישיבה אויפן וועג קיין גיבער'ס, מיטנעמענדיג די תפילין'ס און די ספרי תורה, פון דארט זענען אלע בחורים אהיימגעפארן לכל מקומות מושבותיהם, און די געטרייע עסקנים ארבעטן אצינד פיבערהאפטיג צו טרעפן א פרישע לאקאל ווי צו פלאצירן די ישיבה אויף צייטווייליג.


מיטן הילף פון די עסקנים, אין שפיץ פונעם לאנגיעריגן ראש העסקנים לבית וויזשניץ הרב החסיד ר' חילא ראזענבערג, איז ערמעגליכט געווארן פאר די בחורים צו איינקויפן פרישע וועש פאר שפאט ביליג. כחצות הלילה זענען א צאל געשעפטן אין מאנסי געעפנט געווארן ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה, וואו עס האט זיך ארויסגעשריגן דעם "מי כעמך ישראל".


ווי נאר די בנין האט אנגעהויבן ברענען, האט מען שנעל גערופן מודיע זיין פארן נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ קייאמישע שליט"א, דער רבי האט דאן געהאלטן אינמיטן פארלערנען די טעגליכע שיעור פאר די בעלי בתים פון די קהילה, און האט נישט געוואלט אויסרעדן אינמיטן לערנען, נאר ווייטער פארגעלערנט דעם שיעור ווי געווענליך.

Comments


bottom of page