top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ל''ג בעומר אין תולדות אהרן • הדלקה אין ירושלים טיש אינאיינעם מיט בחורי החסידות

דאנערשטאג פ' אמור - י"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות


פון חצר הקודש תולדות אהרן איז געמאלדן געווארן די פלענער אויף די קומענדיגע יו''ט ל''ג בעומר הבא עלינו לטובה.


מאנטיג נאכט וועט די רבי שליט''א רבי פראווענען די הדלקה אין ירושלים בליל ל"ג בעומר ווי יאר יערליך, צומארגנס ביומא דהילולא דרשב"י אינעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, וועלן אלפי חסידי תולדות אהרן ארויספארן קיין מירון כמידי שנה בשנה מיט באסעס צוגעשטעלט פון אלע שטעט ירושלים, בית שמש, אין חריש, בחורים וועלן נישט זיין ערלויבט צו פארן קיין מירון.


אין די נאכמיטאג שעהן וועט כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א אריינקומען צום שולחן הטהור לכבוד היום אין גרויסן ביהמ''ד אינאיינעם מיט די טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות, שפעטער אויפדערנאכט מוצאי ל''ג בעומר וועט די רבי ארויספארן קיין אתרא קדישא מירון ווי די רבי וועט דאווענען מעריב אין ספירת העומר באופן פרטי אויפן מתחם פון תולדות אהרן סמוך ונראה צום ציון הק'.


דאנערשטיג נאך ל''ג בעומר וועלן די בחורים תלמידי הישיבות ארויספארן אויף א ספיצעלער ארגאניזריטע נסיעה קיין מירון אונטער די אויפזוכט פון די רבני וצוות הישיבות.

Comments


bottom of page