top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

אינטערסאנטע קרישקעלעך אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגן יום טוב ל"ג בעומר הילולא דרשב"י אין אתרא קדישא מירון; פילע פרישע חידושים און שינויים אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן| האדמו"ר משענדישוב באזוכט אין מאנסי | האדמו"ר ממאכנובקא בעלזא ווארט צו קענען אריבערגיין די גאס | א ברייטע קידוש ה' אין לופטפעלד | בשלומה של מלכות אין ענגלאנד | עיר הקודש מאגלאניץ בשנת תשס"ח

דאנערשטאג פ' אמור - י"ג ניסן תשפ"ג | קול בחצרות

 

אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגן יום טוב ל"ג בעומר הילולא דרשב"י אין אתרא קדישא מירון, ווערן געמאכט פילע פרישע חידושים און שינויים אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן, נאכצוקומען די פולסטע מאס זיכערהייט אלעס זאל דורכגיין בשלום ובשלוה, און אין די זעלבע צייט זאל מען קענען פראווענען די תפילות און מעמדי הדלקה כבשנים קדמוניות ווי ווייט מעגליך.


מטעם העסקנים איז געמאלדן געווארן אז די ראודס אין און ארום מירון וועלן טיילווייז זיין בלאקירט שוין אנגעהויבן פון היינט דאנערשטאג פרשת אמור, און מען וועט נישט אריינלאזן קיין קארס אינעם מושב אן די ספעציעלע פערמיטן וועלכע זענען פארטיילט געווארן פאר די איינוואוינער, ארבעטער אא"וו, דערביי איז אראפ געשטעלט געווארן שילדן צו דירעקטירן די דרייווערס.


אין די לעצטע צוואנציג יאר איז צוביסלעך געווארן אלס מער פארשפרייט דער מנהג צו פייערן הדלקות ל"ג בעומר לכבוד התנא האלקי רשב"י אויך אין חוץ לארץ. אזויפיל ווי 50 הדלקות זענען געפלאנט פארן קומענדיגן ל"ג בעומר אין שטאט בארא פארק, און די עסקנים לייגן אריין אימערמידליכע כוחות אויסצוארבעטן אלע דעטאלן מיט די פייער און פאליציי באאמטע אז אלעס זאל זיין מסודר עצהיו"ט.


אינעם בילד: די פלענער און מאפע פון אתרא קדישא מירון פאר ל"ג בעומר תשפ"ג.

ובלכתך בדרך • כ"ק אדמו"ר מויז'ניץ שליט"א אויפן פליגער אויפן וועג אהיים פון א בליץ באזוך אין ניו יארק, ביים לערנען ספר הק' אהבת שלום.

בנאות דשא • כ"ק אדמו"ר מסערט ויז'ניץ שליט"א וואס האט געוויילט די טעג אין שווייץ אויף אפרוה, ווערט געזעהן אין א שמועס מיט בנו הרה"צ ר' ברוך שליט"א אין בנו הרה"צ ר' שלום עוזר שליט"א אויף די שווייצער גאסן.

דינא דמלכותא • א שיינער בילד איז פארשפרייט געווארן פונעם מאכנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א גייענדיג אויף דער גאס אין באגלייטונג פון א גרעסערע גרופע חסידים. אינמיטן וועג איז געווארן רויט פאר די פיסגייער און דער רבי שליט"א מיטן גאנצן עולם האבן אויסגעווארט ביז עס איז געווארן גרין אריבער צו גיין דעם שאסיי. אויפן בילד זעהט מען דעם רבי'ן שליט"א ווארטן צו קענען אריבערגיין.

הגה"צ ראש ישיבת צאנז ורב קהילות צאנז בארה"ב שליט"א ביים מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן אינעם גרויסן היכל הישיבה.

שמירת עניים • א בילד וואס שרייט אויס קידוש ה' איז די טעג פארשפרייט געווארן פון הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' אין בני ברק, בשעת'ן ווארטן אויף א קאר ארויסקומענדיג פון לופטפעלד, מיט א מאסקע אנגעטון אויף די אויגן פאר שמירת עינים, אין דעם גאר פארנומענעם צענטער וועלכע ווירבלט מיט מאסן דורכגייער.

הגה"צ רבי יעקב בער טיילטבוים שליט"א אבד"ק סיגוט איז זיך משתתף ביי די שמחת הבר מצוה פון בן מוה"ר נטע ווייס הי"ו מגדולי עסקני קהלת ומוסדות סאטמאר אין ב"פ, ווערט אויך אנגעזעהן אויפן אויבן אן כ"ק אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א.

כל המתפלל בעד חבירו • דורכאויס א באזוך אין אמעריקע בקרב מוסדותיו האט האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א געבעטן מען זאל מתפלל זיין פאר זיין געזונט צושטאנד, שטייענדיג בעפאר א וויכטיגע אונטערזוכונג און א דעצידירנדע באהאנדלונג וועלכע ער איז אריבער דאנערשטאג נאכט. אין די פילע בתי מדרשים איבער דער וועלט מיסודו ובנשיאותו פונעם רב שליט"א איז מען זיך צוזאמען געקומען מתפלל זיין.

האדמו"ר מסקולען שליט"א ביי קידוש לבנה אין טשעסנאט רידזש געגענט נעבן מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט געוויילט אויף אפרוה.

פארגאנגענע וואך אין די פארטאגס שעה'ן האבן זיך צוזאמען געטראפן אינאיינעם ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי דער משפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב און הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מ'בעלזא וועלכע זענען געקומען מתפלל זיין ביים כותל אין די עת רצון'דיגע פארטאגס שעות. אויפן בילד זעהט מען די רבנים שליט"א אין א שמועס נעבן דעם כותל.

די וואך נאכן באזוך פון הרה"ג רבי שלום רוקח ביי זיין פעטער כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א האט העסקן הרב שלום בער פישל הי"ו ארומגעוויזן דעם גאסט ביים שטח פונעם נייעם בית מדרש הגדול והחדש אין שיכון סקווירא.

כ"ק אדמו''ר מסאטמאר שליט"א ביים פארלאזן די בנין הישיבה נאכן דרשת פתיחת זמן הקיץ פאר די הונדערטער תלמידי המתיבתא תו''י דסאטמאר, בהיכל הישיבה אין קרית יואל סניף קדושת יואל.

כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א איז דעם מאנטיג נאכט אנגעקומען אויף א באזוך בהיכל ישיבה גבוה 'אהל נפתלי' אין מאנסי וואס שטייט בנשיאות בנו הרה"צ רבי ישראל הורוויץ ראש הישיבה, דער רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו דער הייליגער ראפשיץ'ער רב זיע"א, און משמיע געוועהן דברות קודש אין דברי הדרכה פאר די בחורים, צום ערשט איבער די פגעי הטעכנאלאגיע, ארויסגעברענגענדיג די געוואלדיגע נסיונות ופגעי הזמן וועלכע בוזשעווען אן קיין אפשטעל, און די גרויסקייט פון אלע וואס וועלן ביישטיין דעם נסיון. די רבי האט שטארק מחזק געווען די בחורי הישיבה פיל מיט חיזוק והדרכה, דערנאך האט די רבי געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א ווערט געזעהן מתפלל זיין ביים ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון געציילטע טעג איידער די הילולא קדישא.

חדר פירן לנין האדמו"ר מסקאליע שליט"א, נכד בנו הגה"צ אב"ד צמח דוד סקאליע, פארגעקומען אין תלמוד תורה קדושת אליעזר סקאליע.

כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א וואס האט געוויילט אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין דייטשלאנד ביים פוקד זיין דעם ציון הקודש פונעם בעל שם ממיכלשטאט זיע"א.

הכנות בחצר הקודש סאדיגורה צום פייערליכן "מעמד ההדלקה" אויפן נייעם שטח ההדלקה פארנט פון בית המדרש הגדול סאדיגורה.

מזל טוב לעלוב • אין די טעג איז פארשפרייט געווארן אן אינטערסאנטער געשכטע בחצר הקודש לעלוב ווען מיט אפאר חדשים צוריק האט מען אויסגערופן ביים מעמד הילולא אין עיר הקודש לעלוב אין פוילן צו מתפלל זיין פאר א שידוך פאר איינע פון די תומכי המוסדות, אין יעצט איז מיט פרייד געמאלדן געווארן אז עס איז געשלאסן געווארן די שידוך בשטומ"צ ולמזל טוב.

האדמו"ר ממעז'בוז שליט"א ביי מלוה מלכה מוצ"ש אין די תל השומר שפיטאל ווי די רבי האט געוויילט איבער שבת צוליב די שווערע מצב הבריאות פון די רביצין לרפו"ש.

נייע היכל הטישן אין זוועהיל • אינעם זוועהיל'ער שטיבל אין ביתר איז אין די לעצטערע טעג פולקאם פארענדיגט געווארן דעם הערליכן היכל הטישן צום בית מדרש זוועהיל אין ביתר ווי דארט וועט געפראוועט ווערן די גרעסערע מעמדים בחצר הקודש - ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה.

הרה"ח ר' הערש מעכל העללער, ובנו הרב יעקב קאפל העללער מעסקני קהלת תולדות אהרן ובפרט איבער אתרא קדישא מירון ביים יאר יערליכן מעמד ההדלקה דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ווערן געזעהן און אתרא קדישא מירון, ווערט אויך געזעהן העסקן ר' אפרים לעבאוויטש.

חבר הכנסת מטעם קהילות צאנז הרב משה שמעון רוט ביים מתחם ההדלקות אין אתרא קדישא מירון מיטן פרויקטור הרב יוסף דייטש.

עיר הקודש מאגלאניץ • גאר אינטערעסאנטע בילדער ווערט אין די יעצטיגע טעג אנדעקט צום ערשטן מאל פונעם דערהויבענעם מסע הקודש בשנת ה'תשס"ח דורך כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א צום ערשטן מאל וואס די רבי שליט"א איז ארויף געגאנגען מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם הייליגן שרף פון מאגלעניץ און פוילן, ווי עס איז אנטפלעקט געווארן דעם שוידערליכען בילד וואס האט ערציטערט אלע משתתפים (וואס מ'האט דעמאלטס געמיינט אז דאס איז די ריכטיגע פלאץ - אפאר פיס אפגעריקט פונעם ציון הק') און דער רבי שליט"א האט דעמאלטס ביי די דברי התעוררת איבערגעבעטן דעם זיידן און צוזאגט צו טוהן פארן ציון אפצוראטעווען די בזיונות פארן צדיק.


בשנת תש"ע זייענדיג אויפן מסע הקודש צו זיין דאס ערשטע מאל אויפן ציון הק ביומא דהילולא, האט מען ערהאלטן א רוף פון די הנהלת אבותינו וואס האבן געהאלטן אינמיטן בויען דעם גדר אויפן שטח הביה"ח אז זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין א קליין שטיינדל וואס איז געווען די אונטערשטע חלק פון די מציבה פונעם הייליגן שרף און ארומקראצענדיג האט מען געפינען די אנדערע מציבות אויף זייער ארגענעלן מקום און ארום די יסודות פונעם אלטן אוהל וואס דאס מיינט אז מען האט געטראפן דעם פונקטליכן מקום פונעם הייליגן ציון, תיכף זענען אראפ געפארן אפאר הערויאישע געטרייע עסקנים אויפצושטעלן א פראוועזארישן טענט פארן יומא דהילולא זייענדיג דאס ערשטע מאל און 70 יאר זייט די צווייטע וועלט קריג וואס וועט זיין א מנין ביומא דהילולא קדישא.


אינעם בילד: האדמו"ר מספינקא שליט"א ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן שרף פון מאגלאניץ זיע"א בשנת תשס"ח, די צווייטער בילד קען מען זעהן דעם אונטערשטן חלק ווי מען קען ליינען די ווערטער נאסף אל עמיו יום ב' אמור ט"ו אייר ש ואחיו כל לאבדיך, אינעם דריטן בילד די אוהל הק' ווי אזוי עס קוקט היינט אויס.

בשלומה של מלכות • די וואך שב"ק וועט פארקומען די לאנג ערווארטעטע און היסטארישע קרוינונגס צערעמאניע פונעם נייעם ענגלישן קעניג טשארלס דער דריטער – א באקאנטער אוהב ישראל פון יארן לאנג – לאנגע מאנאטן נאכ'ן איבערנעמען דעם טראן. מטעם די לאנדאנער התאחדות קהילות החרדים בהתייעצות מיט די חברי הבד"ץ שליט"א איז פארעפנטליכט געווארן א מודעה צוצולייגן דעם שב"ק ביים דאווענען בעפאר מוסף א ספעציעלע תפילה בשלומה של מלכות, פאר די הצלחה פונעם נייעם קעניג.


הרב אפרים מירוויס דער הויפט רב פון ענגלאנד וועט באגריסן דעם קעניג טשארלס ביי די קרוינונג וועלכע וועט פארקומען קומענדיגן שבת, און וועט אפילו זיין א אנגעלייגטער גאסט אין קעניגליכן פאלאץ אויף דער איינלאדענונג פון די מלוכה וועלכע פרובירט צו אקאמאדירן דעם אידישן רב. אויפן פארלאנג פונעם רב וועט זיין דרשה נישט געזאגט ווערן דורך א מייק צוליב חילול שבת. אויפן ווידיאו ווערט געזען די צוגרייטונגן.

נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מרימנוב שליט"א איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל ארויסצוהעלפן מיט די זוכעריי נאך הב' משה קליינערמאן, שטייענדיג שוין מער ווי א יאר זינט דאס פלוצלינגדיגע פארשווואונדן ווערן פון הב' אברהם משה בן גיטל, האט די פאליציי די טעג געבעטן פונעם געריכט צו ווידעראמאל פארלענגערן דעם א.ג. "צו איסור פרסום" וועלכע פארבאט די מידיא צו דיסקוסירן די אנטוויקלונגען אין די פאליציי'אישע אויספארשונגען, אין א מעגליכע אנדייטונג אז די פאליציי אויספארשער פאלגן נאך באווייזן מיט דער האפענונג צו קענען קומען אויף די שפורן פון מוישי.

פילע אידן האבן זיך די וואך משתתף געווען ביים מעמד הקמת המצבה על קברו פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצ"ל אינעם מאנסי בית החיים.

הבהרת דברים • נאך פארשידענע שמועות אז המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב גייט אויפטרעטן ביי א מאורע ביום המר והנמר ה' אייר פון מוסדות תפארת ישראל, האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געמאלדן געווארן שלא ברשות הגבאים אן עס צו האבן דורך געשמועסט מיטן רב שליט"א.


פאלגענד איז די קלארשטעלונג פון הרב יוסף דייטש גאבי נעמן פון הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א:

פון הנהלת העדה החרדית איז אין די טעג געמאלדן געווארן אז די חודש'ליכע אויסגאבע "קהלא קדישא" וועט בעז"ה אנהייבן ערשיינען מדי שבת בשבתו מהיום והלאה בעז"ה.

גדול יהיה כבוד הבית • אן הערליך נייע ארון הקודש מפואר אשר יפאר את בית ה' בתפארתה ווערט אין די טעג אינסטאלירט אין בית מדרש 'צמח צדיק' וויז'ניץ אין שטאט מאנסי וואס איז נתנדב געווארן דורך הנגיד ר' יודא יעקב הכהן כהנא שיחי'.

די נייע 'בענטל"י' קאר פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א איז אנגעקומען צום רבינ'ס שטוב אין מאנטשעסטער.

א באזוך אינעם ליובאוויטשער מצוה טאנק • נאכפאלגנדיג א שטורמישע וואל סעזאן צום מעיאר אמט אין בערלין ווען פארשידענע שטימען זענען גע'פסל'ט געווארן, און ביי די איבערגעמאכטע וואלן האט א אנדערער קאנדידאט געווינען, האט דער נייער מעיאר אויסגעקליבן צו אפשטאטן זיין ערשטן אפיציעלן באזוך אויף א ליובאוויטשער "טאנק" - א מאביל ביהמ"ד אויף רעדער פאר אידן וועלכע וואוינען נישט נעבן א ביהמ"ד. דער באזוך איז נאכגעפאלגט געווארן מיט גרויס אינטערעסע און ברייט געדעקט געווארן אין די מידיא.

תפילין בזכות רבי ישעי'לע • א אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט אויפן פליגער אויפן וועג צוריק פון אונגארן קיין ארץ ישראל, ווען א רייזנדער האט געכאפט א שמועס מיט א אלטן איד וועלכער איז אויפגעוואקסן אין די שטאט סאטמאר און רעדט א פליסיגן אידיש, און ער האט דערציילט אז כאטש ער דאוונט יעדן טאג "פון מה טובו ביז עלינו" טוט ער אבער מער נישט אן קיין תפילין. דער 96 יעריגער איד זאגט אז ער האט שוין געלייגט תפילין פאר 80 יאר, און עס איז שוין גענוג געווען ל"ע... אלע באמיאונגען צו פועל'ן ביי אים אנצוטאן תפילין האבן נישט געהאלפן, ביז מען האט אים אריינגערוקט אין טאש א בילד פון דעם בעל ההילולא רבי ישעי'לע און נאך עטליכע מינוט האט ער זיך געבראכן און אנגעטון תפילין... זייענדיג אין ארץ ישראל איז ער געגאנגען מיט זיין "עראפלאן שכן" צום כותל המערבי, וואו ער האט אויך מסכים געווען אנצוטון תפילין און געזאגט א קדיש נאך זיינע עלטערן צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן.

א מעילער האט זיך געזעצט צו די עבודה רבה, אין הערליך שיין אראפ געמאלן א מאיעסטעטישע בילד פון הרה"ק בעל השפע חיים מצאנז קלויזענבורג זיע"א.


Comments


bottom of page