מיטוואך פ' אמור - י"ב אייר תשפ"ג | קול בחצרות
נעכטן דינסטיג אין די נאכמיטאג שעה'ן איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל אינאיינעם מיט הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל, אייגנטומער פונעם בארימטער אגרי סטאר בית השחיטה אין פאסטוויל אייאווע, ווי ס'קומט פאר די מערכת השחיטה המהודרת לגסות דורך די סאטמארע קהילה קהל יטב לב. דער רבי איז ארום געגאנגן א לענגערע צייט איבער'ן גאנצן פלענט און האט צוגעוויזן די פילצאליגע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך איז די רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש, ווי הנגיד ר' חיים הערש איז אריין אויף א פריוואטע אוידענץ מיט'ן רבין שליט''א.
דאן איז פארגעקומען דער היסטארישער מסיבת לחיים לכבודו פונעם נדיב וואס האט מנדב געווען דעם אסטראנאמישן סכום פון צעהן מיליאן דאללאר לטהרתן של ישראל, פאר'ן נייעם בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.
ביים לחיים האבן זיך אויך משתתף געווען ראשי והנהלת הקהילה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט דער יחוס פונעם חשובן נדבן, זייענדיג א סיגוטער אפשטאמיגער מבית אבותיו, און טראגט דעם הייליגן נאמען פון מרן העצי חיים זצוק"ל, און האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונעם נדבן החשוב צו מרבה זיין טהרה בישראל, און די חשיבות פון בויען א מקוה לטהרתן של ישראל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און גאר ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן שיחי' און זיין גאנצע משפחה בברכות לרוב, און דערנאך אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן.
Kommentare