top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בריך מתייך לשלום • האד' מטשערנאביל וועט אנקומען קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו

דאנערשטאג פ' ויקרא - א' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - ברגשי קודש גרייטן זיך חסידי טשערנאביל אין אמעריקא מקבל צו זיין את פני הקודש פון כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א וועלכע וועט די קומענדיגער וואך פ' צו אנקומען אויף א קורצן באזוך אין ניו יארק.


די רבי שליט''א נעמט אונטער די נסיעה בטירחא דגופא ובטירחא דגברא לטובת ולביסוס מוסדותיו הקדושים אין ארץ ישראל, אופצוטרייבן שטיצע פאר די מוסדות וועלכע פונקציאנירן אין ארץ ישראל לשם ולתפארת.


דער רבי וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן מוצאי שבת ויקרא, אין דער ערשטע טעג פונעם באזוך וועט זיך דער רבי אויפהאלטן אין שטאט לעיקוואד, במשך די וואך וועט דער רבי אויך אנקומען קיין בארא פארק ווי עס וועלן אפגעהאלטן ווערן א רייע מסיבות של מצוה לטובת די מוסדות, אויף שבת וועט זיך די רבי שליט''א צוריק קערן למעון קדשו אין בני ברק.

댓글


bottom of page