זונטאג פ' משפטים - כ"א שבט תשפ"ג
קול בחצרות - לקיים בנו חכמי ישרא"ל: כלל חסידי ויזניץ איבער די גארער וועלט זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, זיך גרייטענדיג צום מארגענדיגן טאג מאנטאג פרשת משפטים ווען דער ראש העדה מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז ערווארטעט אדורכצוגיין א קאמפליצירטע אפעראציע אויפן קאפ, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.
פארגאנגענע וואך נאך וואס דער רבי האט זיך געשפירט שוואך, איז דער רבי אריינגעפארן איין נאכט אין שפיטאל פאר אונטערזוכונגען, וואו די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז מ'דארף דריגענד אדורכפירן א שווערע אפעראציע צו פארגרינגערן דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד, דער רבי זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש. טראץ דעם רבינ'ס שוואכקייט האט מען אבער קיין סאך שינויים נישט אנגעזעהן, דער רבי האט באשיינט מיטוואך בראש שמחתו ביי די חתונה הגדולה, און אזוי אויך שבת שבע ברכות האט דער רבי געפראוועט כמעט ווי געווענליך טראץ זיין שוואכקייט.
דער רבי האט נישט געדאווענט פארן עמוד שבת קודש, און אזוי אויך ביי די זמירות פאר קידוש ליל שבת קודש איז דער רבי געזעסן, א ריזן ציבור האט זיך באטייליגט ביים טיש פאר גאנצע פיר שעה, דער רבי האט פארגעזינגען ביה אנא רחיץ לכבוד שבת קבלת התורה, און א פחד'יגע התעוררות האט געהערשט ביים גאנצן ציבור, בשעת א גרויס טייל חסידים וויינען מיט זארג דער רבי זאל נאך לאנגע יארן קענען משפיע זיין געזונטערהייט.
ווי באריכטעט דא אויף קול בחצרות האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער נאך שלש סעודות איבער זיין מצב הבריאות, און דערביי געבעטן דעם ציבור צו מתפלל זיין לרפואתו און מקבל זיין קבלות טובות יעדער איינער אין זיין דרגא.
מטעם די קהילה איז ארויסגעשטעלט געווארן די זמני המנינים צו זאגן תהלים ברוב עם אויסצופועל'ן א גאנצע רפואה פארן רבי'ן, אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון ויזניץ בני ברק נעמט זיך צוזאם זיבן דרייסיג אינדערפרי אויסצוזאגן גאנץ ספר תהלים ברוב עם, אינעם אוהל אדמור"י ויזניץ בני ברק קומען פאר נאכאנאנדע משמורות תהלים דורכאויס די גאנצע טאג, און אין אלע שטיבלעך און מוסדות התורה דחסידי ויזניץ איבער די גאנצע וועלט וועט מען מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים.
הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אב"ד ויזניץ אלעד וועט מארגן פארטאגס ארויספארן אין באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה דחסידי ויזניץ אין אלעד מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין גליל, צוערשט וועט מען אויסזאגן גאנץ ספר תהלים בהשתפכות הנפש ביים ציון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין אתרא קדישא מירון, דערנאך וועט מען דארט דאווענען שחרית, און ממשיך זיין ביי די מקומות הקדושים אין צפת און טבריה.
יעצט ביינאכט אין ארץ ישראל איז אריבערגעקומען אויף א באזוך ביים רבי'ן דער יונגערער ברודער כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, אין די פריערדיגע מינוטן איז דער רבי ארויסגעפארן קיין תל אביב צום אסותא שפיטאל, וואו מארגן אינדערפרי וועט פארקומען די אפעראציע, כלל ישראל איז מעתיר ומתפלל לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, כ"ק מרן רבי ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה.
Commentaires