דינסטאג שבוע שחל בו פסח - י"ג ניסן תשפ"ג
אין א באגריסנדע שריט פון הרבות טהרה בישראל, האט זיך נארוואס געעפנט די טויערן פונעם נייעם פראכטפולן "גדר צענטער" אין וויליאמסבורג, וואס איז שוין פולקאם אין דינסט צו סערווירן די טויזנטער איינוואוינער וואס טוען דארט ערלעדיגן אלע ערליי פילטערינג געברויכן.
"גדר" איז שוין אריבער 6 יאר איינגעגלידערט אלס טייל פון וויליאמסבורג'ס וויכטיגסטע צענטערפונקטן, זייענדיג ביז היינט לאקאליזירט אויף 62 ראטלעדזש, וואס האט במשך די יארן סערווירט צענדליגער טויזנטער איינוואוינער, און האט שוין לאנג געצייגט צייכענס פון אויסגעוואקסנקייט, ספעציעל די לעצטערע צייטן, ווען ס'איז געווארן זייער ענג צו קענען אקאמאדירן אזא מאסן באנוץ אויף א רחבות'דיגן און באקוועמען שטייגער.
די הנהלה האט זיך אריינגעווארפן מיט פלייס אין א פראיעקט פון הרחבת גבולי גדר, און בעז"ה האט מען מצליח געווען צו טרעפן א גאר געוואונטשענע לאקאציע, אין הארץ פון ניי- וויליאמסבורג, אויף 655 בעדפארד עוו. צווישן פארק און פלאשינג. דער פלאץ באשטייט פון א גיגאנטישע 2,000 סקווער-פיס, און איז במשך די לעצטערע חדשים געווארן אהערגעשטעלט אלס שפאגל-נייער געשעפט, מיט א רחבות און שיינקייט, אויסשטאפירט מיט די סאפיסטיקירטע אינסטאלירונגען און באקוועמסטע צוגעהערן פאר די קליענטן וואס קומען רייניגן זייערע כלים.
לרגל דעם חנוכת האפיס, איז דינסטאג ויקרא אפגעהאלטן געווארן א התרגשות'דיגער "קביעת מזוזה" אין שפיץ פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, וואס די פעולות נשגבות פון "גדר" איז שטענדיג עומד על לוח לבו הטהור, ועל פיו ישק כל דבר וואס נוגע די הייליגע רעוואלוציע וואס גדר האט געשאפן אין געביט פון טעכנאלאגישע כלים.
ערשיינענדיג איז דער רבי שליט"א אפגעווארט געווארן דורך הרבנים הגאונים שליט"א חברי "ועד לטהרנו" שע"י ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ סאטמאר-וומס"ב, הרה"ג רבי בנציון לאוב שליט"א מו"ץ ביהמ"ד ישמח משה, און הרה"ג רבי ישראל בער שטערן שליט"א מו"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך. באזונדער האבן זיך דארט געפינען אויפ'ן פלאץ די געטרייע חברי הנהלת גדר, הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו חבר ועד הפועל דק"ק קרית יואל, און הנגיד ר' שלמה בוים הי"ו פון קרית יואל.
דער רבי שליט"א איז צוערשט ארום אינעם צענטער, ווערנדיג צוגעוויזן צו אלע חלקים און צימערן, וואס איז געווארן אהערגעשטעלט מיט אזא געשמאק און רחבות, אז ס'זאל זיין דאס מערסטע באקוועם און צוגענגליך פאר'ן ציבור. דערנאך איז דער רבי שליט"א נתכבד געווארן צו קובע זיין א "מזוזה" אויפ'ן הויפט טויער, און דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבת לחיים לרגל המאורע, וואו עס איז געווארן אויסגעשמועסט וויכטיגע אקטועלע נושאים אויפ'ן פראנט פון כשר'ע טעכנאלאגיע, ווי די רבני ועד לטהרנו האבן פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן שליט"א פארשידענע שאלות העומדים על הפרק, וואס איז נוגע אינעם צוגאנג פון שירות את הציבור, מיט די אלע סארטן כלים וואס מ'ברענגט צו פילטערן און ווערן געזויבערט אויפ'ן העכסטן סטאנדארט. דערנאך האט דער רבי שליט"א געהערט אן ערשטהאנטיגער רעפאראט פון די חברי הנהלה איבער'ן אויסטערליש באנוץ פונעם "גדר פילטער". צום שלוס האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע עוסקים בדבר טהרה, גאר ווארעם וואונטשנדיג ברכה והצלחה און ווייטערדיגע סיעתא דשמיא אין די הייליגע פעולות וואס איז דער עתיד פון אונזערע דורות. נאכ'ן ארויסבאגלייטן דעם רבי'ן שליט"א, האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט די קביעות מזוזה, ווען עס זענען נתכבד געווארן די רבני ועד לטהרנו, און דערנאך די חברי הנהלה. אין די יעצטיגע טעג איז דער נייער לאקאל שוין אין פולסטע שוואונג, און האט בלויז די קורצע תקופה זינט די עפענונג סערווירט פילע אידן וועלכע קענען נישט גענוג באוואונדערן די שיינקייט און ברייטקייט מיט וואס יעדער דעטאל איז אהערגעשטעלט געווארן פאר די באקוועמליכקייט פונעם ציבור.
Comments