מיטוואך ערב פסח - י"ד ניסן תשפ"ג
תפילות ישראל עושה רושם: מיר דערלייכטערונג האבן חסידי בעלזא די בכל אתר ואתר אויפגענימען די בשורה טובה ומהרנינה אז כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א איז ב''ה אהיימגעקומען פון שפיטאל אין וועט מיטן אייבישטנס הילף פראווען דעם יו''ט פסח בקרב עדת צאן מרעיתו.
נעכטן נאכמיטאג איז דער רב שליט''א אפגעפירט געווארן צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים צוליב פארשידענע געזינטהייט קאמפליקאציע'ס וואס האט ווי פארשטענדליך אויסגערופן גרויס זארג ביי חסידי בעלזא אומטעום, דער רב איז אויפן ראט פון די דאקטוירים פארבליבן איבערנאכט אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען אין איז יעצט ערב יו''ט נאכמיטאג בחסדי שמים באפרייט געווארן לביתו נאווה קודש.
דער רב געפינט זיך נאך אין א שוואכן געזינט צושטאנד אין איז אנגעוואנדן אין תפילות ישראל, להחזיקו ולהחיותו ער זאל גענצליך צוריק קומען צו די כוחות. לעת עתה לויטן יעצטיגן פלאן וועט די רב שליט''א היינט ליל יו''ט פראווען דעם סדר מיט די טוינזטער תלמידי הישיבות כמימים ימימה.
אין אנדערע נייעס האט הרה''צ רבי אהרן מרדכי היינט געבאקן די מצות בשיחות הקודש פונעם רב שליט''א אינעם מצה בעקעריי אינעם בנין ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא.
Comments