top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מגור ביי שאיבת מים שלנו אין מושב 'מוצא'

מיטוואך ערב פסח - י"ד ניסן תשפ"ג



נעכטן דינסטיג יום בדיקת חמץ איז כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א אנגעקומען צום מושב 'מוצא' נעבן ירושלים ווי דער רבי האט מקיים געוועהן דער מנהג פון מים שלנו, עס האבן מיטגעהאלטן די מעמד א געקליבענע צאל פון עטליכע הונדערט חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל וועלכע האבן זוכה געוועהן בגורל מיטצוהאלטן דעם דעהויבענעם מעמד.


שוין אין די פריע נאכמיטאג שעהן איז דער רבי אנגעקומען אויפן ארט אין איז אריין אין די ספעציעלע מאביל וועלכע איז געווען צוגעגרייט און דארט אויפגענומען די חסידים מיט קוויטלעך כנהוג אין דעם עת רצון, לעת ערב איז דער רבי ארויסגעקומען אין ארויף אופין ספעציעלן סטעידזש וואס איז אויפגעטשעלט געווארן, אין געשעפט מים שלנו אין דאן געזאגט תורה, אנקומענדיג צוריק קיין ירושלים איז דער רבי אריינגעקומען אין גרויסן ביהמ''ד אין געדאווענט מעריב ברוב עם הדרת מלך.















Comments


bottom of page