top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מים שלנו בחצה''ק באבוב 45 היי יאהר אין אנדעקטע קוואל ביים שטח הבנייה פון נייעם ביהמ''ד

מיטוואך ערב פסח - י"ד ניסן תשפ"ג


"ויחפרו וימצאו שם באר מים חיים"


מיט א זעלטענע געפיל פון התרגשות האבן אלפי חסידי באבוב 45 נעכטן מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמד שאיבת מים שלנו, וואס איז צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן ביים שטח וואו עס ווערט געבויעט די נייע בית המדרש אויף די 14טע עוו.


ווי באקאנט גייט אן מאסיווע בוי ארבעט אויפצובויען דעם פרעכטיגן בנין הגדול והקדוש מרכז העולמי דחסידי באבוב 45 אין צענטער פון שטאט בארא פארק, אין די לעצטערע חדשים בשעת די בוי ארבעט, איז געפונען געווארן א ריינע קוואל וואסער ביים שטח הבניה, וואס האט גאר שטארק דערפריידט די עסקני קרן הבנין, און וועט שטארק פארגרינגערן די גאנצע וואסער סיסטעם אין די נייע בית המדרש.


אצינד זיך גרייטענדיג צום יום טוב פסח, איז אויסגעפלאנט געווארן די מעמד שאיבת מים שלנו צו שעפן וואסער ביים נייעם קוואל ביים שטח הבניה און לויטן פלאן וועט מען זיך טאקע באנוצן מיט דעם קוואל ביי מים שלנו מידי שנה בשנה אינעם נייעם בית מדרש הגדול והחדש.


אזוי ווי די שטח הבנייה איז אן ארבעטס זאנע און מ'קען דארט נישט אריינגיין, האט מען אויפגעשטעלט א ספעציעלע פייפ סיסטעם ביז אריין אינעם היכל בית המדרש לימות החול אויף ניין און פערציג, וואס געפונט זיך הארט דערנעבן, און די מעמד שאיבת מים שלנו איז פארגעקומען אינעם היכל בית המדרש.


צוליב די ריבוי עם און די מאנגל אין פלאץ, איז אויפגעשטעלט געווארן הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף ביידע זייטן אינעם היכל בית המדרש. די רבי איז אריין געקומען צו מנחה אנגעטוהן מיטן טיליפ כמנהג באבוב, נאכן שעפן מים שלנו האט די רבי מכבד געווען מחותנו אב"ד בית אברהם פלעטבוש און אב''ד חמלניק , אזוי אויך זענען די ריקודין של שמחה נאך מים שלנו פארגעקומען אינעם אלטן בית המדרש, ווי דער רבי האט זיך ארויס געלאזט און רקידין של שמחה על מקומו צוליב די ריבוי העם ווען די גאנצע ציבור איז געבליבן שטיין אויף די פארענטשעס און געטאנצן א לענגערע צייט בשמחה של מצוה.




הכנות אין די לעצטיגע טעג אנצוגרייטן דעם קוואל פאר 'מים שלנו'




תגובות


bottom of page