מיטוואך פ' צו - ז' ניסן תשפ"ג | בחצרות הקודש
דעם היינטיגן טאג ז' ניסן ווערט ביי חסידי באיאן אפגעצייכענט די יום זכאי די 64'סטע יום הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, נעכטן אויפדערנאכט זענען פילע חסידי באיאן געקומען צופארן פון נאנט אין פון ווייט צום גרויסן באיאנער קלויז אין ירושלים אויף מעריב, נאך מעריב איז די רבי ארויסגעקומען פון דאווען שטוב און די חסידים האבן אויסגעבראכן אין א געזאנג 'כי אורך ימים ושנות חיים', דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש לרגל די יום זכאי, און געבעטן זינגען די ניגון חזקו ויאמץ לבבכם.
דאן האט די ראש ישיבה הגאון רבי הערשל רבינוביץ אנגעוונטשן דעם רבין שליט"א בשם כל הקהל הקודש מיט ברכות לרוב, אריכות ימים ושנים טובות, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו. נאך וואס די רבי האט פארלאזט דער קלויז האבן זיך די חסידים ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ פאר קרוב זינגענדיג ניגוני שבח והודאה און בקשות לחיי מלכא. עס האט נאכגעפאלגט מיט א גרויסע סעודה אינעם קלויז לרגל האי יומא טבא, ווי מען האט געהערט דרשות פון הרה"ג רבי יעקב שרייבער מרבני הקהילה און פון די משמש בקודש הרה"ח ר' בערל רבינוביץ.
אין אלע קהילות דחסידי באיאן האט מען זיך היינט צוזאמגענימען אויף מסיבות מרעים אין די שטיבלעך, אזוי אויך זענען די בחורי ישיבות בית הזמנים נעכטן ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושיפ מתפלל צו זיין בבקשה על העתיד ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור!.
コメント