top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיני עמך בם תלויות • האד' מבעלזא וועט מארגן דורכגיין אפעראציע אויף די רוקן

זונטאג ב' דחוה"מ פסח - י"ח ניסן תשפ"ג



לקיים בנו חכמי ישראל - עיני עמך בם תלויות


היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ווידער אריינגעפארן אין שפיטאל אויף אינטערזיכונגען נאכן ליידן פון שווערע שמערצן אין יסורים די לעצטע צוויי טעג, אין שפיטאל האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט אז די רב ליידט פון א בראך אויף די רוקן, אין וועט מוזן פארבלייבן אין שפיטאל אין זאפארט אפערירט ווערן אינעם ערשטן געלגענהייט.


אין א מודעה וואס איז יעצט נאכמיטאג ארויסגעשיקט געווארן פאר כלל חסידי בעלזא דורכן מזכיר אינעם רב'ס שטוב הרב משה רינגל האט ער געמאלדן אז דער רב וועט מארגן מאנטיג אום 8 אזייגער צופרי אדורכגיין דעם אפעראציע אויף די ריקן.


מארגן 7:30 צופרי וועלן זיך אלפי חסידי בעלזא זקנים עם נערים צוזאמנעמען אין בית מדרש הגדול אין קרית בעלזא און אזוי אויך אין אלע שטיבלעך איבער די וועלט אויף אמירת כל ספר תהילים ברוב עם מתפלל צו זיין און איינרייסן לרפואתו השלימה פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א מרן ישכר דב בן מרים לרפו''ש.


לפואה שלימה, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.




コメント


bottom of page