מאנטאג ג' דחוה"מ פסח - י"ט ניסן תשפ"ג
פון די הדסה שפיטאל אין ירושלים קומט אן די בשורה טובה אז די אפעראציע ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א איז ברוך השם דורך מיט הצלחה, דער אפעראציע האט געדויערט צוויי אין האלב שעה ווי געפלאנט אין די דאקטוירים דרוקן אויס צופרידנהייט פון די רעזולטאטן.
יעצט אויפדערנאכט אין ארץ ישראל איז אפגעהאלטן געווארן א זיצונג דורך די הויכראנגיגע דאקטוירים אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים נאכפאלגנדיג די סוקסעספולע אפעראציע ווי עס איז באשלאסן געווארן אז דער רב שליט''א וועט פארבלייבן אין שפיטאל איבער יו''ט אין זיך ערהוילן בסיעתא דשמיא אונטער די אויפזוכט פון די פראפעסארן אין א געלונגענע שטאב פון איבערגעגעבענע דאקטוירים כדי צו פארזיכערן די העכסטע מאס זיכערהייט ארום דעם רב'ס געזונט, ביים זיצונג זענען געוועהן אנוועזנד הרה''צ רבי אהרן מרדכי אין דער בארימטער עסקן רפואי הרב אלימלך פירער וואס ידיו רב לו אין די פעלד פון רפואה מיט זיינע ברייטע ידיעות אין דאקטעריי אין זיינע נאנטע קשרים מיט די העכסטע אין בארימסטע פראפעסארן איבער די וועלט, וואס איז געוועהן שטארק אקטיוו ארויסצוהעלפן אין באגלייטן דעם גאנצן מערכת הרפואה פון מורו ורבו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א.
די דאקטוירים האבן אויסגעדריקט זייער התפעלות איבער די געוואלדיגע הצלחה פון די אפעראציע למעלה מדרך הטבע, מיטן האפענונג אז דער רב וועט ווי שנעלער צוריק קומען צו די כוחות ביז זיין גענצליכער ערהוילונג.
ווי געזאגט וועט די רב פארבלייבן אויף יו''ט אין שפיטאל, בנו הרה''צ רבי אהרן מרדכי וועט אויך וויילן אויף יו''ט אין שפיטאל לימינו פון אביו הגדול, די תפילות אין ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא וועלן געפירט ווערן דורך די אייניקלעך אין די רבני ודייני הקהילה.
דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר די גענצליכע רפואה פונעם רב, מרן ישכר דוב בן מרים לרפואה שלימה.
Comentarios