דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - הונדערטער בחורים חסידי וויען האבן זיך נעכטן צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד אויף א געמיינזאמע כינוס איגוד בחורי חסידי וויען, תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, לשמוע את דבר ה' און זיך אנווארעמען בתורה ועבודה, ווי עס פאסט פאר ריכטיגע חסידישע בחורים.
די גרויסארטיגע מעמד איז פארגעקומען אינעם ריזן ארמון האטעל אין סטענפארד קאנעקטיקוט, וואו עס איז מקוים געווארן דעם כולם נקבצו ובאו, פילצאליגע באסעס זענען ארויסגעפארן פון אלע שטעט, וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד, און אזוי אויך נאך פארשידענע טראנספארטאציע מיטלען פון אנדערע געגנטער.
ארום פיר אזייגער זענען די הונדערטער בחורים אנגעקומען צום זאל. צוערשט איז פארגעקומען א סדר לימוד רצופות, און נאכדעם האט מען געהערט א הפלא'דיגע דרשה דורך הרב הגאון ר' משה טראכטמאן שליט"א, וועלכער איז באקאנט מיט זיינע חיבורים צו פארשטיין געבן דעם דרך הלימוד, ער האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די חשיבות פון לימוד התורה, און פאסיגע טאקטיקן וויאזוי צו איבערקלוגן דעם יצר און עוסק זיין בתורה.
דאן איז פארגעקומען א שיעור בשאלות ותשובות דורך הרה''ג רבי שלמה אפעל דומ"ץ קהל צמח צדיק וויזניץ בארא פארק, וואו דער שואל הרב חיים מאיר כ"ץ נכד כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט געפרעגט פארשידענע שאלות אין כשרות, השגחה בהלכה און די גאנצע הכשרים וועלט.
דערנאך איז געווען צוגעגרייט א רייכע נאכטמאל פאר אלע בחורים, און נאכן עסן האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכער האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים.
נאך מעריב איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד אין שפיץ פונעם רבי'ן, צוערשט האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה''ג ר' מרדכי שיף שליט"א בן הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די וואונדערליכע שטאנדפונקט פון קהל עדת יראים וויען, וואו עס איז צוגעשטעלט א מסגרת פאר יעדן איינציגסטער בחור צו שטייגן בתורה וביראה, ספעציעלע חבורות אין יעדן הינזיכט, וואו מ'טוט באגלייטן יעדן אויף א פערזענליכע פארנעם.
דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש מפום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די מטרה פונעם יעצטיגן מעמד, אז יעדע בחור זאל זיך שפירן א חלק פון די קהילה, און האבן א אויסגעטראטענעם וועג צו שטייגן העכער, אונטער די השפעה פון די חשובע מחנכים העוסקים במלאכת הקודש אין דער רב האט זיך באדאנקט מעומק לבו הטהור פאר די געטרייע עסקנים וואס שטייען כסדר צוהילף.
נאכן מעמד זענען אלע בחורים אריבער ביים רבי'ן איבערגעבן קבלה צעטלעך, און שפעט ביינאכט האט מען זיך ארויסעגלאזט אויפן וועג אהיים אנגעפולט מיט אוצרות חיזוק ברוחניות ובגשמיות.
Comentários