top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי בוהוש אין אייראפע איינגעהילט אין התרגשות צום ביקור חיזוק פון האד' מבוהוש

דינסטאג פ' תזריע מצורע - כ"ז ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


גרויס פרייד הערשט ביי חסידי בוהוש איבער די אייראפעאישע שטעט ווען אין די טעג איז באשטעטיגט געווארן אז כ''ק האדמו''ר מבוהוש שליט''א וועט אנקומען אויף א ביקור חיזוק, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו תשובי אייראפע אין גלייכצייטיג אויפטרייבן גרויסע סכומים פאר די מוסדות הקדושים בוהוש וועלכע ווערן געפירט גענצליך על טהרת הקודש.


די רבי שליט''א וועט קומען צו פארן קיין ענגלאנד די וואך פון פ' אמור אויף א קורצע באזוך פון עטליכע טעג ווען צום הויעכפונקט פונעם ביקור וועט אפגעראכטן ווערן א גייסטרייגע מעמד 'נכספה' וואס וועט פאראייניגן חסידי ואוהדי בוהוש בארצות אייראפע וואס זענען מקושר לאילנא דחיי, אין וועלן האבן די זכיה מיטצולעבן שעות פון תענוג רוחני בצל הוקדש פונעם רבין שליט''א אין דערביי אוועק שטעלן א יסוד איתן פאר די מוסדות הקודשים - משאות נפשו פונעם רבין שליט''א, דער מעמד וועט אפגעראכטן ווערן מיטוואך אמור אין א פראכטולע זאל אויסער די שטאט לאנדאן, אין לויף פון די ימי הביקור אין לאנדאן וועלן זיין ספעציעלע זמני כניסה פאר די חסידים הם ומשפחתם אריינצוגיין לעצה ולברכה.


אין די יעצטיגע טעג קומען פאר מערערע כינוסי הכנה אין אלע שטעט אין אייראפע אריינגערעכנט לאנדאן, אנטווערפען, מאנטשעסטער אין נאך כהכנה דרבה צום רבינס באזוך אין אין בעפארברייטונג צום מעמד רבתי וכינוס חסידי בוהוש באייראפע.





Comments


bottom of page