top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלת מוסדות צאנז קלויזנבורג געשלאסן מקח פאר בנין רחבת ידים פאר די כוללי אברכים

דינסטאג פ' תזריע מצורע - כ"ז ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


מיט פרייד האבן חסידי צאנז קלויזענבורג אויפגענומען די בשורה משמחת איבער א פרישע רינגעלע אין די קייט פון הרחבת גבולי הקדושה, אז בברכתו ובעידודו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, איז געשלאסן געווארן די מקח אויף א הערליכע בנין רחבת ידים, הארט אקעגן איבער די בנין בית המדרש הגדול אויף די פופציגסטע סטריט אין בארא פארק, וואס וועט דינען אלס צענטראלע לאקאל פאר די כוללי אברכים שע"י קהל הקודש צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק.


די בארימטע מבצר התורה כוללי אברכים דחסידי צאנז קלויזענבורג, פארמאגט א רייע כוללים אין פארשידענע מקצועות, וואו צענדליגע אינגעלייט זיצן און הארעווען על התורה ועל העבודה און זענען זיך ממית באהלה של תורה, א חבורה ללימוד חושן משפט, א חבורה ללימוד הלכות שבת, און אזוי ווייטער.



אין די לעצטערע יארן זענען די כוללים געווען צוטיילט אין פארשידענע געדינגענע לאקאלן, וואס האט גאר שטארק פארשווערט די הנהלת הכולל, און איבערהויפט די הרחבת הדעת פון די חשובע לומדי תורה. אצינד מיטן איינהאנדלען דעם נייעם בנין וואס וועט זיין א צענטער פונקט פאר אלע כולל אינגעלייט, וועט מען קענען ממשיך זיין בהרבצת התורה אויף אסאך א גרינגערע פארנעם.


די פראיעקט איז צושטאנד געקומען דורך די הנהלת המוסדות, און האט אפגעקאסט די ריזן סכום פון צוויי און א האלב מיליאן דאללער, אין צוגאב צו נאך אנדערטהאלבן מיליאן דאללער וואס וועט אפקאסטן צו רענאווירן דעם בנין, און אהערשטעלן א פראכטפולע היכל התורה מיט הונדערטער זיץ פלעצער צו לערנען בהתמדה רבה.


אין די יעצטיגע טעג טוט די הנהלת המוסדות עוסק זיין אין פארשידענע פלענער צונויפצוברענגען די נויטיגע סכומים לטובת דעם פראיעקט, מיטן האפענונג אז אויפן קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ד וועט מען זיך שוין קענען אריינציען אינעם נייעם פראכטפולן היכל הכוללים החדש והמפואר.


אין אנדערע נייעס גייט אן העפטיגע בוי ארבעט ביים בנין בית אסתר שע"י מוסדות צאנז קלויזענבורג, וואו עס ווערט צוגעבויעט א פרישע שטאק צום מיידל שולע, נאך וואס די ביז יעצטיגע שטאקן זענען אויסגעוואקסן די געברויך פון די צאל תלמידות בליעה"ר.




Comentarios


bottom of page