top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספעציעלער יוניפארם לבוש איינגעשטעלט אין מוסדות החינוך דחסידי באיאן‎‎

דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - אין א דראמאטישע אנטוויקלונג בחצר הקודש באיאן, איז געמאלדן געווארן מטעם די מנהלי המוסדות פון אלע תלמודי תורה דחסידי באיאן אין ארץ ישראל, אז אנגעהויבן פון די קומענדיגע שנת הלימודים וועט איינגעשטעלט ווערן א ספעציעלע לבוש - יוניפארם מיט וואס אלע ילדי התלמוד תורה וועלן דארפן גיין אנגעטון.


דאס קומט נאכדעם וואס די אלגעמיינע קליידער מארקעט איז היבש מאדערן, און כמעט וואס מ'קען נישט טרעפן קיין חסידישע בגדים, אויסגעהאלטענע קליידער מיט וואס חסידישע אידן זענען שטענדיג געגאנגען אנגעטון, בפרט די קליידער וואס מ'קויפט פאר קינדער, און איז נישט אינעם טראדיציאנאלן מענער לבוש, און פארמאגט א ברייטערע טיר פאר די מאדערנע גאס צו אריינדרינגען ביים היימישן ציבור.


זעענדיג די שרעקליכע חורבן וואס קומט פאר פארנט פון די אויגן, האבן די מנהלים רוחניים פון אלע מוסדות דחסידי באיאן בארץ הקודש זיך צוזאמגעזעצט לדון ולהורות כדת מה לעשות, און זעהן וואס מ'קען טון צו ברענגען א לייזונג צום פראבלעם.


נאכן דורכגיין פארשידענע אפציעס, איז קלאר געווארן אז די קליידער געשעפטן פארמאגן פשוט נישט קיין ערליכע קליידונג, עס איז פשוט נישט דא צו קויפן אויסגעהאלטענע קליידער מיט די ברייטע מאס ווי מ'האט זיך אלע יארן געפירט, און טראץ וואס רוב עלטערן ווילן זיין ערליך און גיין בדרך המסורה, קומט עס אבער אן ביטער שווער, ווען מ'קען זוכן א כשר'ע קלייד יאר נאך יאר און פשוט נישט טרעפן.


דעריבער האבן די מנהלים זיך געוואנדן צו א גרויסע קליידער קאמפאני, און אפגעשמועסט מיט זיי אז עס וועט געמאכט ווערן ספעציעלע מהודר'דיגע קליידער אויסגעהאלטן לויט אלע הלכה סטאנדארטן, עס וועט זיין עטליכע סארט העמעדער, הויזן און סוועדער'ס, וואס די חשובע עלטערן וועלן קענען קויפן פאר שפאט ביליגע פרייזן, און אלע קינדער וועלן דארפן טראגן בלויז פון די קליידער.


די מנהלים האבן אפגעשריבן א ספעציעלע בריוו פאר די חשובע עלטערן, וואו זיי טוען אויסשמועסן דעם גאנצן ענין, און טאקע יעצט ווען מ'שטייט נאך עטליכע חדשים בעפאר די נייע שנת הלימודים, איז די פאסיגע צייט דאס קלארצושטעלן, מ'זאל וויסן נישט איינצוקויפן אין די אלע געשעפטן וואס פארמאגן ליידער נישט קיין אויסגעהאלטענע קליידער. איבערהויפט ווען מ'שטייט יעצט געציילטע טעג איידער די געהויבענע יום טוב פסח, ווען די אידן זענען געווארן אויסגעלייזט אינעם זכות שלא שינו את לבושם!




תגובות


bottom of page